בעזרת ה' גרייט מען זיך אין "קרן הדפסה היכל הקודש" צו ארויסקומען מיט די ערשטע באנד פון די סעריע ספרים אויף חינוך וואס וועט טראגן דעם פאסיגן נאמען "ותחיין את הילידים", וואס איז כשמו כן הוא, עצות און חיזוק צו געבן לעבן פאר אונזערע קינדער, די חשוב'סטע זאך וואס מיר פארמאגן די קומענדיגע דורות, א לעבן ברוחניות, זיי זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן, ליב האבן תורה ומצות, ליב האבן יעדן איד, און לעבן בגשמיות זיי זאלן זיין געזונט פיזיש און גייסטיש, זעלבסט זיכער, צופרידן, און לעבן א פרודאקטיוו לעבן.
 
דער ספר איז באזירט אויף די בארימטע שיעורי חינוך וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט כסדר פאר עלטערן און מחנכים, וואס טייל זענען שוין ארויס לאור עולם דורך די וועכענטליכע "שיעורי חינוך" גליונות וואס די וועלט שלונגט מיט דורשט.
 
דאס איז באקאנט אז דער ראש ישיבה שליט"א נעמט די אלע עצות נאר פון ערליכע ריינע מקורות, פון די תורה, פון חז"ל, און פון די פריערידגע צדיקים, וואס זיי האבן אראפ געשטעלט א וועג וויאזוי מען קען אין די היינטיגע דורות אויפציען קינדער וואס זאלן זיין געטריי צום אויבערשטן, און דאס ווילן אלע די זעלבע זאך. און דערפאר זעט מען אז די שיעורי חינוך פון ראש ישיבה שליט"א זענען פאפולער אין אלע קרייזן און שיכטן, וויייל אלע ווילן הצלחה אין חינוך.
 
קרן הדפסה האט אריינגעלייגט צענדליגע טויזנטער דאלער אין דעם פראיעקט, און אויפגענומען פראפעסיאנאלע ערפארענע שרייבער און מגיהים יראי השם פון אנשי שלומינו. און ברוך השם זיי האבן מצליח געווען און מיט גרויס סייעתא דשמיא איז ארויסגעקומען א ספר העכער ערווארטונגען, א הערליכע געשמאקע ספר וואס ליינט זיך פליסיג כשלחן הערוך ומוכן לאכול, און עס ברענגט ארויס קלאר די עצות און חיזוק וואס איז גרייט מען זאל דאס אימפלימענטירן טאג טעגליך הלכה למעשה.
 
עס קומט א גרויסע ישר כח פאר די פילע וואס האבן צוגעהאלפן בטירחא ובממון, פאר הר"ר אהרן שלעזינגער שליט"א מיט זיינע חשובע שותפים די שטאב וואס האבן געשריבן, אויסגעשטעלט, מגיה געווען, און אלעס געטון מיטן גאנצן הארץ, זיך אוועקגעגעבן טעג און נעכט פאר די הצלחה פון דעם ספר. און פאר הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א וואס האט אפגעקויפט דעם "זכות מהדורה", לע"נ זיין אומפארגעסליכן שווער הרה"ח ר' מנחם מענדל בן הר"ר יושע ווייס ז"ל וואס איז נישט לאנג אוועק פון דער וועלט, און וועט דערפאר טראגן מיט שטאלץ דעם נאמען "מהדורת וועבערמאן."
 
מ'קען נאך האבן די זכיה איינצוקויפן זכותים נצחיים אין דעם הייליגן ספר וואס אנטשפרעכט צו ראטעווען דורות, און אוועקשטעלן אידישע שטובער אויף שטארקע און קראנטע יסודות, וואס דער זכות איז אומשאצבאר. מ'קען קויפן די זכות פון א פרק פאר טויזנט דאלער, נאר נאך עטליכע פרקים זענען נאך אוועילעבל, צום ווייניגסטענס זאל מען קויפן א זכות אינעם ספר, וואס ווערט פארקויפט פאר בלויז $500.
 
רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו זיך אנצושליסן אינעם פראיעקט מען זאל קענען ארויסגעבן בקרוב דעם ספר וואס וועט באלייכטן די וועלט 347-578-4449