ערשטע באנד פונעם ספר "עצתו אמונה" ערשינען
ז כסלו תשפ 📝
מיט פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז דער ערשטער באנד פונעם ספר "עצתו אמונה" - שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה שליט"א, איז שוין אנגעקומען קיין אמעריקע, און איז שוין דא צו באקומען פאר יעדן איינעם.
ווער עס האט שוין אמאל באגעגנט די קונטרסים "עצתו אמונה", דעם דארף מען שוין נישט ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער טרעפליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און אלעס בלויז מיט'ן תורה'דיגע צוגאנג, געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. דאס אלעס איז געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אין בריוו פאר אידן און ענטפערס אויף שאלות וואס אידן האבן אריינגעשיקט.
זייער אסאך ווערט גערעדט פון אמונה פשוטה אין אייבערשטן, און אז דאס איז די וועג ווי אזוי אידישע קינדער דערהאלטן זיך אין גלות, נאר דורך גלייבן אינעם אייבערשטן אן קיין חקירות און פילאזאפיע, א פשוטע ריינע אמונה אזוי ווי פרויען און קינדער האבן.
פילע שאלות קומען פון בחורים, וואס ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן, אז זיין זאך איז בחורים, און אז קיינער פארשטייט נישט דעם צער פון א בחור וואס וויל חתונה האבן און זיין ערליך און זאגט צו צום אייבערשטן אז ער גייט שוין פון יעצט זיין ערליך, און ווידער איז ער אראפ געפאלן ר"ל, און זיין הארץ דרוקט אים און ער וויינט "וואס וועט זיין מיט מיר?", "וויפיל מאל קען מען זיך אויפהייבן?", "ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?" און פרעגן אן דעם ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן נאר אנהייבן נאכאמאל פון פריש, און געבט זיי עצות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פונעם ברענעדיגן יצר הרע, און סגולות פון צדיקים צו טרעפן זייער שידוך.
אסאך בריוו זענען איבער דער ענין פון שלום בית, דער ראש ישיבה שליט"א געט עצות און הדרכה פאר א ריכטיגע אהבה אחוה שלום וריעות צווישן די פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן אז די וועג צו האבן שלום בית איז נאר אז מ'איז מוותר איינע דעם צווייטן, מ'קוקט גוט אויף די מאן/ווייב. ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן ווען ס'מאכט זיך פראבלעמען אין שלום בית, און אז חומרות און פרישות ברענגט נישט קיין גוטס.
אזוי אויך שרייבט דער ראש ישיבה זייער אסאך פון "חינוך", מ'זאל וויסן אז דער עיקר וואס מ'דארף אריינלייגן אין די קינדער פון גאר קליין איז אמונה און תפלה, און אזוי אויך אז מידות טובות דארף מען אויסלערנען דאס קינד נאך פון קליינווייז אויס, און אזוי ווייטער ווערט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וספיקות וועגן חינוך.
זייער אסאך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א ארום אין די בריוו פון די גרויסקייט פון "הפצה", ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס אין איינע פון די בריוו בזה"ל "איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען, פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים, אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנ'ס לעבנס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד?"
און אזוי ווייטער איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע סארט שאלות און ספיקות וואס ווערן אזוי שיין און הערליך אויסגעקלארט אין די בריוו. און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ צו וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט דיך העלפן.
דעם ספר קען מען באקומען אין וויליאמסבורג ביים "קרן הדפסה היכל הקודש" אין ישיבה, ווי אויך קען מען עס באשטעלן ביי "חיזוק צום טיר" אויפ'ן נומער .347-509-4908
להחיות בהם נפש כל חי!