ערשטע סיום מסכת דורך קבוצה תלמידים פון באוויסטע ישיבה אין אפסטעיט ניו יארק
ג אב תשפ"א 📝
קרעדיט: הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א
אין א געוויסע חשובע ישיבה אויף די בערג פון ניו יארק, געפונט זיך א חשובע חבורה פון טייערע בחורים, די בחורים האבן אלץ געוואלט מיטהאלטן אלע שיעורי הישיבה, אבער פאר זיי איז עס נישט געגאנגען. כאטש זיי האבן שטארק פרובירט, אבער ווי עס שיינט האבן זיי נישט געהאט די כלים, די קאפ, אדער די געדולד צו לערנען בעמקות, אזוי האבן זיי זיך נעבעך געמוטשעט מיט זייערע שווערגקייטן טאג טעגליך, און זיך געדארפט ספראווענען מיט די שווערע פראבלעם פון "וויאזוי שטופט מען דורך אזוי סאך שעות אין טאג"?...
דער משגיח פון ישיבה פארציילט ווי שטארק עס האט אים וויי געטון צוזעענדיג די צער פון די טייערע בחורים, ווי ער האט נישט געקענט צוקוקן ווי יעדן טאג איז פריש אן אפקומעניש, און בעיקר האט ער מורא געהאט פאר די צוקונפט פון די טייערע בחורים, וויסנדיג אז ליידיג גיין ברענגט צו רחמנא ליצלן צו דאס ערגסטע.
ביז איין טאג האט דער אייבישטער מיט זיין גרויס רחמנות געשיקט א טייערע מפיץ מאנשי שלומינו, וואס האט באזוכט ביי דעם ישיבה, ווי מען האט אים זייער שיין אויפגענומען, און ער האט דארט איבערגעלאזט אביסל פון די ליכטיגקייט פון הייליגן רבין. די טייערע בחורים האבן זיך צוגעכאפט צו די הייליגע ספרים ווי א דורשטיגער צו פרישע וואסער, זיי האבן געשלונגען די ווערטער פון הייליגן רבין, וואס האט זיי מחיה געווען און מחזק געווען. זיי האבן גענומען די עצות פון די קונטרסים לעובדא ולמעשה, זיי האבן זיך צוגעכאפט צום געשמאקן סדר דרך הלימוד, און זענען געווארן גרויסע מתמידים, און האבן אנגעהויבן שפירן דעם זיסן טעם פון די תורה, וואס זיי האבן נאך קיינמאל אזאנס געשפירט.
דער משגיח פון ישיבה זאגט "די גאנצע לופט אין ישיבה האט זיך געטוישט מן הקצה אל הקצה, די בחורים זענען ממש נישט צום דערקענען; היינט צו טאגס זיצן אלע בחורים אין בית המדרש און לערנען מיט גרויס התמדה, איך דארף שוין כמעט נישט טרייבן".
אזוי האט זיך עס געצויגן פאר עטליכע וואכן, ביז דעם פארגאנגענעם ליל שישי מטות מסעי תשפ"א, ווען עס איז פארגעקומען דער ערשטער פרייליכער סיום מסכת פון די טייערע בחורים, וואס האבן געענדיגט זייער ערשטע מסכת.
עס איז נישט צום באשרייבן די שמחת התורה פון די טייער בחורים. זייערע פנימער האבן אויפגעלעבט מיט א פרישע חיות, און עס דערקענט זיך אויף זייער גאנצע התנהגות, אפילו זייער דאווענען האט באקומען א פרישע פנים, זיי זענען געווארן צופרידענע בחורים.
אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם סיום, וואס די טייערע בחורים האבן אפגעהאלטן ביי זיי אין ישיבה, ווי זיי שפירן זיך נאנט צום ראש ישיבה שליט"א מריחוק מקום וקירוב הלב.
שישו ושמחו בשמחת התורה
📚 קונטרס "סדר הישיבה" אידיש
📚 קונטרס "עצתו לבחור ישיבה"