קרית ברסלב ליבערטי - אזוי ווי דער שטעטל וואסקט קיין עין הרע אויף א גאר שיינע פארנעם, און די חברי הנהלה מיט די באגלייטונג פון ראש ישיבה שליט"א ארבעטן גאר שווער און טון פילע פעולות נאכצוקומען די געברויכן פון די וואקסדענדע ציבור כן ירבו. מען עפענט כסדר פרישע שולן, מען בויעט מקוואות, חדרים, סקולס, געשעפטן, מען טוט פארשידענע שתדלנות ביי די שטאטישע באאמטע, און אזוי ווייטער.
 
אזוי ווי דער שטעטל וואקסט ברוך השם ווייטער, האט דער ראש ישיבה האט אויסגעדרוקט זיין רצון אז ער וויל אז דער ציבור זאל זיין אינפארמירט מיט די אקטיוויטעטן וואס די הנהלה טוט. און ער האט געבעטן די הנהלה זאל מאכן א גענעראל פארזאמלונג פארן ציבור ווי מען וועט זיך קענען דורכשמועסן. אבער אזוי ווי עס איז דא קע"ה א ריבוי עם, און מיט בלויז איין מיטינג וועט נישט מעגליך זיין צו הערן פון יעדעם זייערע שאלות, מיינונגען, און געדאנקען וואס מען קען בעסער מאכן, האט מען באשלאסן צו מאכן קליינע מיטינגען מיט בלויז צוואנציג באטייליגטע, אזוי וועט יעדער האבן א שאנס צו ווערן אויסגעהערט, און די הנהלה וועט קענען באקומען פידבעק און גוטע געדאנקען פונעם ציבור וואס וואוינט אינעם שטעטל.
 
דער ערשטער מיטינג איז שוין אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס הצלחה, מען האט זיך דורכגעשמועסט מיטן עולם וואס איז גערופן געווארן, און ווי די הנהלה געבט איבער, איז שוין פונעם ערשטן מיטינג ארויסגעקומען זייער שיינע זאכן, פילע פרישע געדאנקען זענען געהערט געווארן.
 
אין די קומענדיגע וואכן וועלן נאכפאלגן מיטן אייבערשטנ'ס הילף די קומענדיגע סעריע פון מיטינגען, ווי דער גאנצער עולם וועט עווענטועל האב די געלעגענהייט צו הערן פון די חברי ההנהלה, און די הנהלה וועט זיך פרייען צו הערן פונעם ציבור וואס מען האט אויפן געדאנק.