די הנהלה פונעם בית התבשיל האט זיך נעכט צוזאם געזעצט צו א דרינגענדע מיטינג, וואו מ'איז דורכגעגאנגען די בעפארשטייענדע יום טוב פסח הבעל"ט וואס קומט אין צוויי חדשים, און מען איז דורכגעגאנגען וואס מען וועט טיילן, וויאזוי מען וועט טיילן, און די בודזשעט וואס מען וועט דארפן האבן דערפאר.
 
אויסער דעם איז מען דורכגעגאנגען די נושא פון די חלוקות וואס מען האט שוין ברוך השם א גרויסע גוטע פלאץ דערפאר, אבער מען האט עס נישט געקענט געהעריג נוצן צוליב דריי סיבות, איינס אז דער בנין איז נישט אינסולעיטעד, וואס מאכט אז מען קען עס נישט געהעריג נוצן בפרט אום ווינטער, און די קאסטן עס צו מאכן וועט זיין בערך צוואנציג טויזענט דאלער, אזוי אויך אז מען פארמאגט דערווייל נישט קיין אייגענע היילאו (פארקליפט) וואס איז גאר וויכטיג צו קענען אפלאדענען די טראקס פון די סחורה און עס פירן צום ריכטיגן פלאץ, א מאשין וואס קאסט אויך בערך צוואציג טויזענט דאלער. דא קומט זיך צו דערמאנען מו"ה שבתי מזרחי הי"ו וואס האט געבארגט זיין מאשין פארן בית התבשיל מערערע מאל, א זאך וואס ער קען נישט אלעמעל טון, און עס איז צייט דער בית התבשיל זאל זיך איינהאנדלען אן אייגענע מאשין. די דריטע זאך איז אז די שטח נעבן דעם בנין איז נישט געפלאסטערט און נישט גלאט, וואס מאכט כמעט אוממעגליך צו אפלאדענען טראקס אויף דעם פלאץ, דאס ווערט ערווארטעט צו קאסטן בערך צען טויזענט דאלער. מען האט געשמועסט וועלכע פעולות מען קען טון צו לייזן די אלע זאכן.
 
דערנאך האט מען גערעדט פון די עיקר נושא צו וואס מען איז צוזאם געקומען, דער הייליגער פרייליכער יום טוב פסח, וואס פילע אנשי שלומינו וואס אפילו זיי פארדינען א גאנץ יאר און קענען זיך ברוך השם דעקן, דארפן אבער הילף צו קענען אריינברענגען דעם יום טוב, מען זאל האבן אלעס וואס עס פעלט אויס.
 
בפרט, ווי אלע קענען עדות זאגן זענען פרייזן פון גראסעריס זייער שטארק געשטיגן, און נאך מער ווען מען רעדט פון אייער, וואס קאסט שוין היינט פון זיבן ביז צען דאלער א דאזן, וואס מיינט אז א באקס אייער קאסט יעצט צווישן צוויי און דריי הונדערט דאלער. די הנהלה איז אבער אויף א מיסיע צו צושטעלן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף אלעס וואס מען דארף, אריינגערעכענט אייער, טשיקן פלייש, בהמה פלייש, פרוכט, גרינצייג, מילכיגס פאר אלע וואס דארפן עס.
 
אזוי אויך וועט מען מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף ווייטער אויסטיילן פאר אלע בני תורה און גרויסע משפחות וואס נויטיגן זיך דערין די "גראסערי קיופאנס" וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אין די פארגאנגענעם יאר צו זיין א גרויסע סוקסעס.
 
נאכן מאכן אלע חשבונות, האט מען אויסגערעכענט אז עס ערווארט פאר'ן בית התבשיל א בודזשעט פון איבער צוויי הונדערט טויזענט דאלער בלויז די פסח פראיעקטן, און בסייעתא דשמיא וועט מען עס צושטעלן.
 
אנשי שלומינו וועלן זיכער שפירן א גרויסע זכות צו שטיין צו די האנט פאר'ן בית התבשיל, און דער זכות פון אריינגברענגען א שמחת יום טוב צו די פילע שטובער וועט זיכער ביישטיין פאר אלעמען.