שטייענדיג בלויז צוויי מאנאטן אפגערוקט פון די ערשטע פריימעריס איז אינטערעסאנט צו זען וואו מען האלט, צו ביידען האט באוויזן צו העכערן זיינע ציפערן, אדער האט טראפ גאר באוויזן צו העכערן אדער לכל הפחות אנהאלטן זיינע ציפערן.
 
די ערשטע שטאט אפצוהאלטן די פריימעריס וועט זיין די רעפאבליקאנער קאקוס אין אייאווע וואס איז געסקעדזשולט אויף למספרם יאנואר 15, ווען אין פעברואר וועלן שוין סאוט קאראליינע, נעוואדע און מישיגען אפהאלטן די דעמאקראטישע פריימעריס, אין נעוואטע, די ווירדזשין איילענדס, סאוט קאראליינע, מישיגען, איידעהא, מיזורי, און די.סי. וועלן אפהאלטן רעפאבליקאנער פריימעריס אדער קאקוסעס, ווען מען וועט ענדיגן מערץ למספרם וועלן שוין מער פון העלפט סעטיטס האבן אפגעהאלטן די פריימעריס סיי אויף די דעמאקראטישע זייט און סיי אויף די רעפאבליקאנער זייט, ווען איבער א טוץ סטעיטס וועלן אפהאלטן זייערע פריימעריס אין דעם איינעם סופער דינסטאג מערץ 5.
 
ווי די ליינער האלטן געוויס מיט האט דער געוועזענער טראמפ בכלל נישט נאכגעלאזט פון זיין געלויף און זיין שארפע און אומסטאבילע טעמפער, ווען ער שפעט און באזינגט זיינע אפאנענטן אן רחמנות, אין די זעלבע צייט וואס די דעמאקראטן שפארן נישט קיין אנקלאגעס און אינוועסטיגעישאנס קעגן טראמפ, וואס האט אבער דערווייל נישט געצייגט קיין סימן אז עס שעדיגט דעם טראמפ. די מידיע באלעקט זיך די פינגער, פארקוקענדיג דעם קומענדיגן פארמעסט, ערווארטענדיג א חזרה אויף דעם פריערדיגן טראמפ קעגן ביידען פארמעסט, האפענדיג אז זיי וועלן זיי קענען צושטעלן זאפטיגע שטאף וואס וועט אנפילן זייערע בלעטער מיט שמוץ און באשולדיגונגען פון איינע קעגן צווייטן. און אפילו די לינקע זענען צופרידן פון דעם וואס ביידען האט באקומען א נאמען פון א פארשלאפענעם און פארעלטערטער פארשוין וואס איז נישט גענוג פריש און שארף פאר דעם זשאב, אבער אויך די רעכטע זענען צופרידן (אונטערן טיש) פון טראמפ'ס קינדערישע טעמפער וואס מוז אלץ האבן וואס צו זאגן און זוכט די העדליינס פאר יעדן פרייז.
 
ווי עס האלט יעצט האלט זיך טראמפ העכער אין די וויכטיגע "סווינג" סטעיטס (סטעיטס וואס ווערט ערווארטעט אז די אויסגאנג זאל זיך ווענדן אין זיי), אבער ביידען האט באוויזן צו פארבעסערן זיין אנזען ווייזענדיג אז ער איז ביים רידער ווען עס האט אויסגעבראכן די כאמאס קעגן מדינת ישראל קריזיס.
 
ווען מען האלט מיט אפילו נאר אויף די שפיץ גאפל ווי די גויאישע פאליטישע קאמפיינס ווערן געפירט, כאפט אן עקל און א גרויל פאר א אידיש קינד, אלע ווערן איינגעשפאנט אין די איינציגסטע און וויכטיגסטע מיסיע פון טרעפן שמוץ אויף יענעם און אונטערברענגען דעם צווייטן. יענעמ'ס בזיונות ווערט פארוואנדעלט אין אזא מין "ספארט" - א שפיל פון פארגיסן יענעמ'ס בלוט. עס איז טאקע אמת אז מען טאר נישט נעמען פאליטיק פערזענליך, ווייל עס איז טאקע נישט מער פון א שפיל פון צוויי קעגנערישע מחנות וואס יעדער וויל גארנישט מער ווי נצחון, קיינער איז נישטא ווייל ער וויל "ראטעווען דאס לאנד", קיינער פון זיי זוכט נישט דיין טובה, אבער מיט דעם אלעם דארפן מיר אכטונג געבן נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אין דעם מיאוסן שפיל פון תאוות הנצחון. דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן ח"א - סימן קכ"ב, אז "מדת הנצחון אינה סובלת האמת" ווען א מענטש ווערט אריינגעשלעפט אין וועלן זיין גערעכט, וועט ער בשום אופן זיך קענען האלטן צום אמת.
 
דערפאר כאטש מיר ווייסן אז דער אויבערשטער פירט די וועלט און די גאנצע פאליטיק איז בלויז א שפיל וואס זוכט צו באהאלטן דעם אויבערשטן, איז דא נאך א סיבה פארוואס מיר דארפן נישט אנטייל נעמען אין דעם שפיל, ווייל דאס איז א מיאוסער שפיל ווי מען ווערט צואגעוואוינט צו שלעכטע מידות פון שקר / חנופה / גאוה / מתכבד זיין בקלון חבירו וואס איז ממש דאס פארקערטע וואס א איד זוכט צו טון.
 
מיר וועלן ווייטער נאר זוכן צו זען דאס גוטס און דאס שיינקייט פון יעדן איד, אפילו ער געהער צו מיין קאנקורירנדע פארטיי, מיר וועלן ווייטער דן זיין לכף זכות יעדן איד און מיט דעם וועלן מיר צוריק ברענגען צום אויבערשטן יעדן איד באשר הוא שם.