ערשטע פרעזידענליטכע דעבאטע אפגעהאלטן
כד סיון תשפ"ד 📝
פילע אמעריקאנער זענען אונטער שאק איבער די אויסגאנג פון די פרעזידענטליכע דעבאטע וואס איז אפגעהאלטן געווארן פאריגע וואך צווישן דעם אמטירענדן פרעזידענט פון אמעריקע מר. דזשאו ביידען און דעם געוועזענעם פרעזידענט מר. דאנאלד טראמפ.
די באריכטן וואס קומען ארויס דערציילן איבער דעם שלעכטן רושם וואס ביידען האט געמאכט, בשעת ער האט זיך געפלאגט אפצושלאגן די אטאקעס פון זיין קעגנער. "דו ביסט דער ערגסטער פרעזידענט וואס אמעריקע האט נאר אמאל פארמאגט" האט דער רעפאבליקאנער עלעפאנט געשריגן, בשעת דער דעמאקראטישער אייזל האט צוריק געשריגן "דו ביסט א פארברעכער וואס וויל אונטערברענגען אמעריקע". פאר אינטעליגענטע מענטשן איז עס ממש א וואונדער ווי צוויי אלטע מענטשן האבן נישט צו טון מיט זייער צייט און פארברענגען זייער צייט מיט נארישע וויכוחים וואס איז קלאר וועט קיינעם איבערצייגן ווער עס איז גערעכט. לויט אלע דיעות איז עס געווען א פשוטער צירקוס שפיל וואס מ'קען עס צוגלייכן צו די רוימישע ספארטס ווי מענטשן האבן זיך געדארפט שלאגן מיט ווילדע חיות, און די פארדארבענע גוים האבן הנאה געהאט פון דעם גרויליגן ספעקטאקל ווי די חיות צורייסן א מענטש לעבעדיגערהייט.
מוהרא"ש פלעגט זאגט אז עס איז א שאד אריינצוגיין אין וויכוחים מיט מענטשן. לאמיר טראכטן לאגיש: האסט געטראכט פאר איין סעקונדע אז ווען איינער קומט זיך טענה'ן מיט דיר, איז עס מיט'ן ציל צו ווערן איבערצייגט אז דו ביסט גערעכט?! עס איז א שאד די שפייאכטס.
איינע פון אנשי שלומינו האט אמאל געשריבן א גרויסן חיבור מיט מקורות פון חז"ל, מדרשים, ראשונים און אחרונים, הלכה, מוסר און חסידות פון אלע קרייזן איבערן סדר דרך הלימוד. ווי באקאנט האט דער רבי געשריבן א שיחה אין שיחת הר"ן סימן ע"ו איבערן סדר דרך הלימוד וואס האט שוין געראטעוועט אומצאליגע אידן און זיי צוריק געברענגט צו די גמרא. דער רבי זאגט דארט אז ווען מען לערנט דארף מען בלויז זאגן די ווערטער (קוקט עס נאך אינעוויינג דעם גאנצן שיחה מיט'ן הייליגן רבינ'ס לשון). דער סמ"ך מ"ם קען דאס נישט פארטראגן, ווייל אויב דער בחור קען זיך זעצן לערנען סתם אזוי, אן קיין מגיד שיעור, אן קיין טרייבער, אן קיין חבורת, איז דאך אויס (הפקר) וועלט! וויאזוי וועט ער ווייטער קענען צוברעכן בחורים? פרובירן זיי חוזק צו מאכן דערפון, "מען דאווענט גמרא" (דא לאכט מען כזה "כי, כי, כי"), "וויאזוי קענען אויסוואקסן אזוי דיינים"? (כא, כא, כא), "סתם ביטול תורה", (כע, כע, כע). און דער חשובער תלמוד היכל הקודש האט דערפאר באשלאסן אפצושלאגן די אלע לצים מיט פעסטע מקורות פון אונזערע הייליגע צדיקים און פוסקים פון אלע דורות, ווען ער איז אריין דערמיט צו מוהרא"ש זי"ע, האט אים מוהרא"ש געזאגט אז ער זאל עס נישט ארויסגעבן, "עס איז א שאד די צייט, די אלע וואס פרובירן עס, דארפן נישט קיין ראיות, און די וואס לאכן דערפון, וועט קיין שום ראי' נישט העלפן". (פארשטייט זיך אז ער האט געפאלגט, און דער ספר ליגט נאך ביי אים בכתב יד).
און פארשטייט זיך ווען עס קומט אינדערהיים, מיט די ווייב איז נישטא קיין וויכוחים, וואס קאסט עס צו זאגן פאר דיין ווייב "ביסט גערעכט"?, עס קומט נישט ארויס קיין שום תועלת פון זיך טענה'ן מיט די ווייב. עס מיינט נישט אז מען זאל "פאלגן" די ווייב; ביידע, די מאן און די ווייב דארפן פאלגן די תורה. אבער ווען דיין ווייב האט א מיינונג, זי האלט צום בייפשיל אז די דעבאטעס פון די פרעזידענטן זענען א גוטע זאך, זאג איר "ביסט גערעכט", און לייג צו וואס פארא שיינע זאך עס איז "אין א דעמקארטישע לאנד קען מען שרייען און רעדן קעגן דעם פירער פון לאנד און פנים און נישט נאר וואס מען זעצט נישט איין, נאר מען גייט נאך ארויס א העלד." און ווער וועט זיין גערעכט? דו וועסט זיין גערעכט, ווייל יעצט האט מען זיך ליב אינדערהיים, ווייל דו האסט געגעבן גערעכט פאר דיין ווייב.