פארגאנגעם סוף וואך זענען שוין די משפחות ארויסגעקומען אין קעמפ, צו וויילן אויפן קומענדיגן זומער הבעל"ט. עס איז דורך א זייער שיינעם שבת.
נאך די סעודה איז מען זיך צוזאם געקומען צום באטע, ווי דער ראש ישיבה האט געשמוסט שיינע התחזקות. ער האט נאכגעזאגט פון רבין "אִיבֶּער דֶעם הָאבִּן דִי כִּיתָּה גִעקְלֶערְט. אוֹיבּ סֶ'גִעפִינְט זִיךְ אַזאַ בּוֹים וָואס אַלֶע חַיוֹת אוּן אַלֶע עוֹפוֹת זָאלִן וֶועלִן רוּעֶן אִין דֶעם שאטִן פוּן דֶעם בּוֹים, ווַייל דֶער תַּעֲנוּג וָואס סֶ'אִיז דָארְט בַּיי דֶעם בּוֹים הָאט קֵיין שִׁיעוּר נִישט". (מעשה י"ג פון די זיבן בעטלערס) האט דער ראש ישיבה געזאגט עס זענען פארהאן קאנטריס וואס אזא קראוד געפינט זיך דארט אין פלאץ, און אנדערע קעמפס וואס איז געמאכט פאר דער געוויסער קרייז אן אזוי ווייטער, אבער ביים רבין - האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט - איז דער בוים וואס אין איר שאטן ווילן אלע חיות און עופות רוען, נישט קיין חילוק פון וועלכע אפשטאם, קראוד, געזעלשאפלטיכע שטאנד, שבט, אדער גזע, ווייל אלע קומען דא בלויז צו הערן דעם הייליגן רבינס דיבורים, און דער תענוג וואס געפינט זיך ביי דער בוים האט קיין שיעור נישט
שבת קודש אינדערפרי נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט סיפורי מעשיות (מעשה י"ב - דער בעל תפלה) "וִוי דֶער בַּעַל תְּפִלָּה אִיז אַזוֹי גִיגַאנְגֶען. הָאט עֶר דֶערְזֶעהְן אַז סֶ'גֵייעֶן מֶענְטשְׁן אוּן בֶּעטִן גָאט בָּרוּךְ הוּא אוּן זֶענֶען מִתְפַּלֵל, אוּן זֵיי טְרָאגִן סְפָרִים פוּן תְּפִילוֹת. הָאט עֶר זִיךְ דֶערשְׁרָאקִן פַאר זֵיי. אוּן זֵיי הָאבִּן זִיךְ פַאר אִים אוֹיךְ דֶערְשְׁרָאקִן. הָאט עֶר זִיךְ גִעשְׁטֶעלְט מִתְפַּלֵל זַיין, אוּן זֵיי הָאבִּן זִיךְ אוֹיךְ גִעשְׁטֶעלְט מִתְפַּלֵל זַיין." האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז דאס איז די עצה פאר די שוועריקייטן פחדים, ענקזייעטיס, פאבעיס א.א.וו. וואס מענטשן גייען היינט דורך. אז דו האסט מורא פון עפעס אנשטאט גיין צו טערעפי, בעט עס דעם אייבערטשן "באשפער, איך האב מורא פון דאס און דאס, העלף מיר עס זאל צו מיר נישט געשען דאס און דאס" אזוי וועט א מענטש ארויסגיין פון אלע זיינע פראבלעמען. תפלה קען ארויס נעמען דעם מענטשפון די גרעסטע תאוות, נסיונות, און עדיקשאנס, נאר בתנאי אז דו געסט נישט אויף, לייג נאך א תפלה און נאך א תפלה, וועסטו זיכער פועלן. דער ראש ישיבה האט דערנאך פארציילט אסאך פערזעליכע מעשיות ווי אידן זענען ארויס פון די גרעסטע צרות דורך תפלה.
מוצש"ק ביי מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מ'פירט זיך צו פארציילן מעשיות פון צדיקים ביי מלוה מלכה ווייל אז מ'וויל א וואך פון הצלחה דארף מען האבן אמונת חכמים, ווי מ'זינגט ביים דעם ניגון "גאט פון אברהם", די וועלט ווינטשט "א וואך פון ישועות, א וואך רפואות, א וואך פון אסאך געלט", האט דער ראש ישיבה געפרעגט, וואס וועט דיר "אסאך געלט" העלפן, אנשטאט דעם דארף מען וויכטיג האבן א וואך פון אסאך אמונת חכמים, ווייל די עצות פון די צדיקים דאס ברענגט אונז אלע ישועות.
די בחורים וועלן בעז"ה ארויסקומען אין די קומענדיגע טעג, ווי זיי וועלן מיטן אייבערשטן הילף פארברענגען א זומער אויף די פרישע ריינע לופט אינעם קעמפ וואס דער ראש ישיבה גלייכט צו רופן "א ריהעב פון אמונה", און זיך אנשעפן פרישע כחות צו דינעם דעם אייבערשטן פאר א גאנץ יאר.
 
אט איז דער סדר היום אין קעמפ:
ערשטע מנין שחרות 7:15 (זונטאג 8:15)
דערנאך אום 8:00 גמרא בבלי ירושלמי דורכן ראש ישיבה (זונטאג 9:00)
צווייטע מנין שחרית אום 10:00 (זונטאג 11:00)
 
2:30 שיעור גמרא דורכן ראש ישיבה
מנחה 4:00
שווימען 4:20
סאפער 7:00
שיעור התחקות דורכן ראש ישיבה 8:30
מעריב 9:45
 
ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה