געוואלדיגע נייעס פאר אנשי שלומינו, פון קרן הדפסה היכל הקודש ברסלב אין אמעריקע קומט אן די גוטע בשורה אז נאך אסאך תפילות איז דער נייער ספר "אשר היה אל יואל" שוין אריין אין דרוק. דאס דרוקן דעם ספר אין ארץ ישראל און עס דערנאך אפשיקן קיין אמעריקע קען נעמען כאטש צוויי חדשים, אבער ב"ה אז מען האלט שוין ביי דעם שטאפל, וואס מען האט שוין פולקאם געענדיגט שרייבן, מגיה זיין, און אויסשטעלן דעם ספר, און מען קען האפן און מתפלל זיין אז צווישן פסח און שבועות זאל מען שוין קענען זוכה זיין צו האלטן דעם נייעם ספר אין די האנט.
 
דער ספר "אשר היה אל יואל" איז א יצירה וואס די וועלט האט נאכנישט געזען, אנשי שלומינו ווייסן די גרויסע חשיבות פון דעם הייליגן ספר "אשר בנחל" וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן בדם לבבו, און די גרויסע זאכן וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט טויזנטער מאל אויף די הייליגע בריוו. וואס דארף מען מער ווי דעם אז דער ראש ישיבה זאגט אז דער ספר האט א חשיבות ווי "אשר בנחל", דאס איז דערפאר וואס יעדער וואס נעמט דעם ספר אין די האנט און בליקט נאר אביסל אריין דערפון, מוז אים כאפן א הרהור תשובה. עס איז נישט מעגליך אראפ צו לייגן דעם ספר אן דעם וואס דער מענטש זאל באקומען א חשק און א ברען צו דינען דעם אויבערשטן, אפלאזן די עבר, אויפהערן טראכטן פונעם עתיד, און אנהייבן יעצט טון למעשה וואס ער קען. יעדער וואס האט נאר געזען דעם ספר איז מעיד אז עס איז ממש ביטול הבחירה, די אמונה ווערט קלארער, דאס דאווענען ווערט בעסער, מען ווערט א גוטע מאן און טאטע אין שטוב.
 
דער ספר איז געשריבן מיט א געוואלדיגע מומחיות, די שרייבער היימישע אינגעלייט תלמידים פון ראש ישיבה האבן בסייעתא דשמיא אראפגעלייגט א געוואלדיגע ארבעט, די ווערטער ציען מען זאל לערנען ווייטער, אלע קענען עדות זאגן ווי שיין עס איז געשריבן, און אז מען קען עס ממש נישט אראפלייגן.
 
אויסערדעם איז עס דורכגעגאנגען גאר א שטארקע הגה, מען האט עס מגיה געווען מיטן אויבערשטנ'ס הילף בי"ג נפה, און דערנאך געלאזט אויסשטעלן און מסדר זיין מיט א הערליכע ב'טעמ'טע דרוק וואס ליינט זיך פליסיג און געשמאק.
 
אונז דארפן ווייטער בלויז מתפלל זיין אז די דרוק זאל ארויסקומען שיין און געשמאק און עס זאל אנקומען שנעל קיין אמעריקע, אז מיר זאלן אויך קענען נהנה זיין פון דעם נייעם ספר און ווערן צוגעקלעבט צום אויבערשטן, און האבן די גן עדן דא אויף דער וועלט.
קחו ברכה אל תוך בתיכם!