פארגאנגענעם סוף וואך זענען די אינגעלייט ב"ה אנגעקומען אין "מחנה תפארת התורה ברסלב", און זיך מסדר געווען.
סיי שב"ק און סיי מוצש"ק ביי מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט אז מיר זענען ב"ה ארויסגעקומען דא אין קעמפ, ווי עס איז נישטא די שמוץ פון שטאט. דא איז דא נאר הימל, ביימער און באשעפער, מ'הערט דא איין דרשה און נאך א דרשה פון אמונה, ביז מיר וועלן אויך שפירן אז דער אייבישטער איז דא מיט אונז.
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז אויב איז קעמפ אזא גוטע זאך, פארוואס גייט מען נישט אויף א גאנץ יאר? און אויב פעלט עס נישט אויס, פארוואס פונקט אויף צען וואכן? נאר מ'דארף אנקוקן קאנטרי, ווי גיין אין א ריהעב, ווי מיר קומען צו זיך פון די אלע אנשיקענישן פון א גאנץ יאר, וואס מ'האט אפילו נישט קיין צייט ארויפצוקוקן צום הימל, און ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט זעט מען נאר בילדינגס, געלט און ביזנעס,  און מ'פארגעסט צו טראכטן אז עס איז דא באשפער אויף דער וועלט; ווער רעדט נאך פון די הייסע זומער טעג, וואס דער יצר הרע ברענגט אין גאס, און די פריצות איז אומדערטרעגליך. און אין די עטליכע וואכן, ערהוילט מען זיך פון דאס אלעס, און מ'שעפט פרישע כחות אויף א גאנץ יאר, ממילא אזוי איז דאס די בעסטע הכנה צו פארן צום הייליגן רבינס ציון אין אומאן אויף ראש השנה.
במשך דעם גאנצן זומער קומען כסדר באזוכן בחורים און אינגעלייט פון אלע ארומיגע קעמפס און קאנטריס, און זעצן זיך לערנען געשמאק יעדער זיינע שיעורים כסדרן, און זענען זיך מחי' מיט די געשמאקע פלאץ, וואס חוץ אמונה און התחזקות איז נישטא וואס צו זוכן דארט.
פאלגענד איז דער קעמפ סקעדזשול:
7:30 שחרית
8:15 שיעור דף גמרא, דערנאך א שיעור אין נ"ך, דערנאך א שיעור חינוך פאר מלמדים
10:45 צווייטע מנין שחרית
2:15 שיעור עיון אין גמרא ביז הלכה למעשה
4:00 מנחה
4:15 שווימען
8:00 שיעור התחזקות
9:45 בערך מעריב
יעדע מוצש"ק ווערט געפארוועט סעודת מלוה מלכה איין שעה נאכן זמן. ווי דער ראש ישיבה שליט"א לאזט הערן מורא'דיגע דיבורי התחזקות. צו וואו עס קומען צו פארן אינגעלייט און בחורים פון נאנט און ווייט.
אלע אויבנדערמאנטע שיעורים קבועים ווערן פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה שליט"א.
 
ההרים והגבעות יפצחו לפניכם ברכה