פאברעכער פרובירט צו גנב'ענען תפילין פון ביהמ"ד אין וויליאמסבורג
יד כסלו תשפ"ד 📝
אין א שאקירענדע ווידיא וואס איז פארעפענטליכט געווארן זעט מען א רעקארדירונג פון נעכטן זונטאג אינדערפרי, א געווענליכע זונטאג אין בית המדרש סאטמאר אויף קליימער סט. ווי מען זעט ווי א גוי קומט אריין אין שול, און דרייט זיך אהער און אהין, פרובירט צו ווארטן אז קיינער זאל נישט זען, און נעמט א טלית ותפילין בייטל, און ווען די ארומיגע באמערקן דאס, האמפערט ער זיך ארום מיט זיי און אנטלויפט מיט די תפילין.
ברוך השם אז מען האט באוויזן צו כאפן דעם פארברעכער איידער ער האט באוויזן גענצליך צו פארשוואונדן ווערן, אבער דאס האט געעפעט א דעבאטע איבער די פילע הונדערטער פאר תפילין וואס ליגן ארום אין די בתי מדרשים וואס זענען גענצליך אפן אין די היימישע געגענטער און זענען אויסגעשטעלט צו ווערן בארויבט אינמיטן העלן טאג.
אידישע קינדער וואס האבן עס געזען זענען אויפגעשוידערט געווארן פון די מראה ווי א גוי פרובירט לעיני השמש צו גנב'ענען די טייערע הייליגע תפילין, וואס איז נישט טייער ווייל עס קאסט געלט, עס איז טייער ווייל עס איז א מצוה פונעם באשעפער וואס האט אונז געהייסן צו אנטון די תפילין אויפן קאפ און אויף די האנט, ווי מען זאגט ביי די לשם יחוד אז תפילין של ראש איז מסוגל אז "הנשמה שבמוחי יהיו משעובדים לעבדתו יתברך שמו" אז מיר זאלן געדענקען אז מיר זענען קענכט פארן אויבערשטן, און די תפילין של יד וואס איז קעגן די הארץ איז מסוגל "לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו" אז מיט דעם זאל מען נייגן דאס הארץ און אונזערע תאוות זאלן זיין נאר צו דינען דעם אויבערשטן.
מען קען אמאל הערן ווי א מענטש זאגט "יענער האט מצליח געווען ווייל ער האט אן אייזענעם קאפ", אדער "יענער האט גאלדענע הענט", מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס איז פשט וואס די גמרא זאגט אז די שכינה קלאגט (סנהדרין מ"ו ע"א) "קלני מראשי קלני מזרועי" עס טוט מיר וויי אז ער גרויסט זיך מיט זיין קאפ, ער גרויסט זיך מיט זיינע הענט. דערפאר בעטן מיר דעם אויבערשטן יעדן אינדערפרי ווען מיר טוען אן די תפילין אז מיר זאלן געדענקען אז די קאפ, די הענט און אלע אונזערע טאלאנטן זענען א ברכה פונעם אויבערשטן, און מיר זאלן זיך נישט גרויסן דערמיט.
ביי ערליכע אידן פלעגט מען זען א געוואלדיגע עבודה און שמחה ביים לייגן תפילין, בפרט ביי די גרויסע צדיקים וואס האבן געוויסט וואס עס טוט זיך אויף יענע וועלט ווען א איד טוט אן תפילין האט מען געזען גרויסע זאכן. און אפילו ביי צדיקים וואס אין אלגעמיין פלעגט מען נישט זען ביי זיי קיין שום תנועות האט מען צומאל געקענט זען ביי תפילין לייגן ווי זיי האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן, און מען האט געזען אז דאס איז נישט קיין פשוטע זאך.
ווי עס איז באקאנט אז דער סיפור ביי דער הייליגער סאטמארע רב זי"ע, וואס ווי באקאנט פלעגט ער נישט מאכן קיין שום רבי'שע תנועות ביי קיין שום געלעגענהייט, אויסער ביים לייגן תפילין. איינמאל האט דער רבי געזען ווי איינער מאכט אים נאך ביים לייגן תפילין און ער שאקעלט די הענט אויפן וועג ווי ער פלעגט טון, און עס האט אים וויי געטון, און ער האט יענעם געזאגט "איך מאך שוין לאנג נישט אזוי...", דאס איז צוליב וואס ווען א צדיק מאכט עפעס א תנועה איז עס נישט ווייל ער וויל זיך ווייזן, און עס איז נאריש נאכצומאכן יענעם.
אז מיר וועלן זיך פרייען מיט די הייליגע תפילין וועלן מיר זוכה זיין צו זיין אמת'ע ערליכע אידן.