ברוך השם, עס קומען אריין פרישע בילדער און אפדעיטס פון אומאן, וואו מען קען זען ווי די ארבעט אויפ'ן נייעם בנין מאכט באדייטנדע פארשריט מיט יעדן טאג וואס גייט פארביי. אינעם פריערדיגן אפדעיט האבן מיר געהאלטן נאכ'ן גיסן דעם "מעט פאונדעישאן", וואס דאס איז די דיקע קאנקריט פלאטפארמע וואס וועט טראגן אויף זיך בעז"ה דעם גאנצן הויכשטאקיגן בנין.
 
יעצט האט מען זיך שוין ב"ה גערוקט צום קומענדיגן שטאפל: מען בויעט שוין אויף די פאונדעישאן-ווענט.
 
וויבאלד די ווענט זענען גאר הויך און דיק — כדי זיי זאלן קענען האלטן דעם ריזיגן געביידע — קען מען דאס צוליב די גרויסע מאס נישט גיסן אלעס אויף איין מאל. אנשטאט דעם ווערט די ארבעט צעטיילט אין עטליכע באזונדערע פאזעס, לויט די פארשידענע ווענט. יעדע פאזע גייט דורך דעם זעלבן פראצעס: מען שטעלט אויף די "פארמס" (די האלצענע אדער אייזענע ווענט וואס האלטן דעם נאסן צעמענט), מען פלעכט אריין די ריבאר אייזענס, און דערנאך גיסט מען אריין דעם קאנקריט.
 
אין די נייע בילדער קען מען זען עטליכע פעיזעס אויפאיינמאל: פארטיגע ווענט: אין איין ווינקל זעט מען שוין די פארטיגע פאונדעישאן-ווענט נאכ'ן אראפנעמען די פארמס. גרייט פאר'ן גיסן: אויף אן אנדער זייט שטייען שוין די פארמס גרייט פאר די קאנקריט טראקס. לייגן ריבאר: אינעם דריטן חלק ארבעטן די קאנטראקטארס נאך אויף צו אריינלייגן די ריבאר אייזענס.
 
די ארבעט רוקט זיך כסדר פאראויס מיט א שנעלן טעמפא, און בקרוב וועלן בעז"ה אלע פאונדעישאן-ווענט זיין פארטיג, וואס דאס וועט ערלויבן אנצוהייבן בויען דעם אויבערשטן טייל פונעם געביידע העכער דער ערד.
 
אין די פאונדעישאן לייגט מען אריין די מערסטע כוחות און געלט, פיל מער ווי אין די שפעטערדיגע חלקים. די סיבה איז פשוט: אויב דער יסוד איז קרום אדער שוואך, וועט דער גאנצער בנין חלילה איינפאלן. עס האט נישט קיין זין צו אינוועסטירן אינעם דאך אויב די פיס האלטן זיך נישט.
 
מוהרא"ש זי"ע האט אונז שטענדיג געלערנט צו פאוקוסן אויפ'ן יסוד. עס זענען דא עטליכע זאכן וואס מען קען זאגן אז דאס זענען די יסודות פון אידישקייט, אבער דער יסוד היסודות פון א איד איז אמונה. ווען א מענטש בויעט אויף זיין לעבן מיט א שטארקע פאונדעישאן פון אמונה, פאלן אוועק אלע פראבלעמען.
 
די דאקטוירים און טעראפיסטן זענען היינט מודה אז רוב געזונטהייט פראבלעמען — סיי פיזישע און סיי גייסטישע, ווי ענקזייעטי, פאוביעס און סטרעס — קומען פונעם מח. ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה אז דער אויבערשטער איז דא, האט ער צו וועמען זיך אויסצורעדן; ער האט דעם בעסטן טעראפיסט אויף דער וועלט.
 
אבער אפילו ביי פיזישע קרענק זענען די דאקטוירים מודה, אז א מענטש מיט אמונה קען עס אסאך גרינגער איבערקומען. א מענטש וואס איז זיכער מיט זיך און גלויבט אז אלעס האט א סיבה וואס ער דארף נישט פארשטיין, האט די מוט און די כוחות זיך צו שטארקן אויף זיינע שוואכקייטן, און ער קען אויסגעהיילט ווערן אסאך שנעלער און גרינגער; ער האט די כוחות איבערצוקומען די פילע שוועריקייטן פון לעבן.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.