גרשון קרעמער
 
אין די גאס טוט זיך ווידער א לאטערי געיעג, דער דמיון ארבעט פלייסיג, און מענטשן טראכטן שוין וואס זיי גייען טון מיט זייערע מיליאנען וואס זיי גייען "זיכער" געווינען.
 
אזא סצענע שפילט זיך כסדר איבער יעדע שטיק צייט, און אזוי אויך פאסירט יעצט ווען דער פאוערבאל שיסל איז אנגעקומען צו 750 מיליאן דאלער, וואס איז איינע פון די גרעסטע לאטעריעס אין די אמעריקאנע היסטאריע, נאכדעם וואס עס איז דורך עטליכע מאל וואס קיינער האט נישט צוגעטראפן און געווינען דעם העכסטן פרייז.
 
לויט ווי די אדווערטייזמענטס שרייען קען זיך דאכטן אז עס איז נישטא קיין גליקליכערע מענטש ווי דער וואס פארמאגט א זיבן ציפערדיגע באלאנס אינעם באנק אקאונט, און מען מיינט אז כדי צו לעזן אלע צרות און פראבלעמען מוז מען ווערן רייך.
 
אבער דער געשמאקער זיסער אמת איז גאנץ אנדערש. ווי דער הייליגער רבי נתן פלעגט כסדר זאגן "דער וועלט איז נישט, און מען קען עס נישט האבן, יענער וועלט איז יא, און מען קען עס גרייכן", אוי ווי זיס דער ממרא איז. רבי איד, דו קענסט גרייכן גליק, דו האסט א פלאץ וואו צו אנטלויפן פון דיינע פראבלעמען. באוויין נישט דיינע טעג אז דו פארמאגסט נישט עטליכע מיליאן אין דיין באנק אקאונט, ווייל דאס איז נישט די עצה פאר דיינע צרות.
 
אפילו צווישן די מער ניכטערע צווישן די אומות העולם איז עס באקאנט. ווען פארשער האבן נאכגעקוקט די גרעסטע לאטערי געווינער, האבן זיי געזען צו זייער שטוינונג, אז נאך א גאר קורצע צייט, איז זייער מצב געווען אסאך ערגער פון פריער, רוב פון זיי האבן זיך געטראפן היימלאז, ארבעטסלאז, אן א שטוב, אין ווייניגער פון א יאר נאכ'ן גרויסן געווינס.
 
אפילו די וואס האבן נישט פארלוירן זייער פארמעגן, האבן אבער יא פארלוירן זייער שמחת החיים. זיי האבן געזען מענטשן וואס זענען געווען פארהעלטענסמעסיג געזעצט, זיי האבן געהאט משפחה, א זשאב, א פלאץ אין געזעלשאפט, זענען אבער יעצט געווען עלנד, באורד, דעפרעסט און אנגעזעצט.
 
ווען די לאטערי הייפ רייצט אין די גאס, לויף עס נישט נאך. אין בעסטן פאל וועסטו פארלירן די פאר דאלער וואס עס קאסט צו קויפן, און אין ערגסטן פאל וועסטו עס נאך חלילה געווינען. אבער וואס וועסטו האבן פון געלט אן אמונה? וואס האט מען פון א גרויסע הויז, אן א משפחה? וואס האט מען פון חברים וואס אונטער דיין רוקן זענען זיי דיינע גרעסטע שונאים?