פאטהאולס אין קרית ברסלב פארראכטן ב"ה אין צייט פאר יום טוב שבועות
כד אייר תשפ"ב 📝
דער שווערער ווינטער העבר עלינו לטובה ברוך השם מיט אסאך שנייען און שטורעמעס האט איבערגעלאזט די וועגן און די ראודס אין שטעטל שטארק צו'מזיק'ט. פילע טייער שאפס אין געגענט האבן שיין פארדינט פון די לעכער וואס די רעדער האבן באקומען פון די פילע טיפע גרובער וואס האבן זיך געשאפן אין שטעטל במשך דעם ווינטער.
צוזעענדיג דעם מצב האבן זיך די חברי ההנהלה געוואנדן צום טאון, צו שתד'לען ביי זיי מען זאל דאס אלעס וואס שנעלער קומען פאררעכטן, בפרט ווען מען זעט ווי דער הייליגער יום טוב שבועות איז שוין כמעט דא, און מען דארף קיינעם נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט א "יום טוב שבועות אין שטעטל", עס קומען צו פארן הונדערטער געסט פון איבעראל, דער שטעטל ווערט איבערגעפולט פון אנשי שלומינו וואס ווילן נישט פארפאסן אזא געהויבענעם יום טוב פון צו זיין במחיצות פונעם ראש ישיבה, וואס וועט אונז אלע אנווארימען צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה.
דער אייבישטער האט געהאלפן אז די שטאטישע באאמטע האבן זיך צוגעהערט, און האבן אראפגעשיקט ארבעטער וואס זאלן איבערגיין מיט די עסקנים אלע גאסן, מען האט נישט אויסגעלאזט קיין איין ווינקל אין שטעטל, און זיי אנגעצייכענט איבעראל ווי עס דארף ווערן פארראכטן.
מיט צוויי וואכן צוריק האבן זיך טאקע אנגערוקט א גאנצע שטאב ארבעטער מיט טראקס, און אלע אנדערע כלים מיט וואס מען פאררעכט די וועגן, און זיי האבן זיך גענומען צו די ארבעט, און אזוי האט זיך עס געצויגן ביז היינט, ווען דער לעצטער פאט-האול איז ברוך השם געווארן פארראכטן צו די צופרידנהייט פון אלע איינוואוינער און באזוכער.
אבער, מאכט נישט קיין טעות; דער ברסלבער שטעטל באשטייט נישט פון שיינע ראודס. עס איז בכלל נישט איבער שיינע הייזער, אדער פאר ווער עס זוכט עפארדעבל דירות. אוודאי מיט תפלה העלפט דער אייבישטער אז מען באקומט דאס אלעס און נאך אסאך מער. די אידן וואס קומען ארויס וואוינען אין שטעטל קומען פאר איין זאך, מען זוכט א ריינע ערליכע ווינקל. א שטאט ווי רעדן צום אייבערשטן, פארציילן מעשיות פון תפלה איז אן ארויפגעקוקטע זאך, מען שעמט זיך נישט צו רעדן צום אייבערשטן און פון אייבערשטן. דאס ציעט די אלע אידן אהער, און נאר דאס פארקויפט דאס פלאץ.
ברוך השם, די אחדות וואס דאס שטעטל פארמאגט איז עפעס וואס איז נישט צום באשרייבן, אין די קורצע דריי יאר זינט דער שטעטל האט זיך געגרינדעט, פונקציאנריט שוין דאס שטעטל מיט אלעס וואס א אידישע שטעטל דארף האבן. אלע סארטן חסד ארגאניזאציעס, הפצה אקטיוויטעטן, בית מדרשים, מקוואות, הצלה, טראנספארטאציע. ועל כולם, א שטעטל ווי מען לעבט און מען אטעמט אמונה, א פלאץ ווי מען שטרעבט און מען טראכט נאר וויאזוי קען איך העלפן נאך א איד צו לעבן מיטן אייבערשטן.