פאטענט שוץ
יח חשון תשפ"ה 📝
שאלה: וואס מיינט א "פאטענט" און וואס מיינט "פאטענט פענדינג"?
ענטפער: כדי צו ערמיטיגן מענטשן דער ערפינדן נייע זאכן, האבן די רעגירונגען איינגעפירט די קאנצעפט פון "פאטענטן", ווען איינעם פאלט ביי א געדאנק וויאזוי צו ערצייגן א נייע פראדוקט, וואס די וועלט וועט זיך צוכאפטן דערצו, זאל ער עס קענען רעגיסטרירן ביי זיי, און דערמיט באשטעטיגן דער יעניגער איז דער ערשטער צו רעגיסטרין אזא און אזא געדאנק, און די רעגירונג טוט דערביי באשיצן דעם רעגיסטרירטער אז קיינער טאר עס נישט נוצן אדער נאכמאכן פאר א שטיק צייט.
ביי די וועלט איז זייער וויכטיג צו זיין אויסשליסליך (צום ווייניגסטענס אין די ערשטע תקופה) ביי יעדע נייע ערפינדונג, און אזוי ערמעגליכט מען דעם ערפינדער צו מאכן געלט פון זיינע אייגענארטיגע געדאנקען. די זעלבע זאך האט מען געזען אין די תורה וועלט, ווען אין די ערשטע תקופה פון דרוק פלעגן די הסכמות בעיקר זיין איבער די רעכטן פונעם דרוקער אז קיינער טאר נישט דרוקן דעם ספר פאר די קומענדיגע תקופה. די גדולי ישראל האבן עס איינגעפירט כדי די דרוקער זאלן נישט ארויסגיין מיט שאדן נאכן דרוקן ספרי קודש, דורכדעם וואס אנדערע דרוקערס וועלן דרוקן דעם זעלבן ספר נאך איידער דער ערשטער האט ארויסגענומען זיין אינוועסטמענט.
דאס איז טאקע א פארשטענדליכע זאך, און מען קען נאך ביז היינט זען די ווערטער "כל הזכיות שמורות" ביי רוב ספרים אויף די צווייטע זייט פונעם שער בלאט, אז קיינער זאל נישט קומען קאפירן דעם ספר, וואס קאסט כמעט גארנישט צו טון, בשעת דער מוציא לאור האט אינוועסטעט גאר אסאך צייט כח און געלט צו דרוקן דעם ספר.
מוהרא"ש פלעגט אבער זאגן אז זיינע ספרים זענען אנדערש, קיינער האט נישט קיין רעכט צו שרייבן "זכיות שמורות" אויף זיינע ספרים. ער האט נישט אינוועסטירט קיין געלט כדי צו מרויח זיין געלט. אדרבה, ווער עס וויל זאל דרוקן און פארשפרייטן זיינע ספרים, בתנאי אז מען טוישט נישט זיינע ווערטער... און זיין ריווח פונעם געשעפט וועט זיין די הרהורי תשובה, די לימוד התורה, די שלום בית וואס וועט ארויסקומען פון די וואס לערנען די הייליגע ספרים.
"פעטענט פענדינג" באדייט אז, מען האט רעגיסטרירט דעם פאטענט ביי די רעגירונג, און די רעגירונג האלט נאך אינמיטן איבערקוקן דעם פאטענט, זיכער צו מאכן אז קיינער בעפאר אים האט נישט רעגיסטרירט אזא פאטענט, און דערווייל האט דער פאטענט נאר א טיילווייזע שוץ.
שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com.