מיט יעדע פארבייגייענדע טאג ווערט די בענקשאפט צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה שטארקער. מען שפירט אין די לופטן דעם רבי'נס רוף "קיינער טאר נישט פעלן", "ראש השנה קען איך יעדעם פאררעכטן", אנשי שלומינו ווילן שוין קויפן טיקעטס צו קענען פארן צום הייליגן רבין. "פלען איט רייט" איז אין די טעג שטארק פארנומען אויסצוארבעטן די פלענער וואס ווען און וויאזוי מען זאל קענען אנקומען אמבעסטן קיין אומאן היי יאר.
 
צוליב די אנגייענדע מלחמה וואס אוקריינע איז פארמישט שוין איבער א יאר, פארשטייט מען אז אנצוקומען קיין אומאן גייט נישט סתם מען קויפט א טיקעט, צוערשט קומט פארשטייט זיך תפילה, וואס אן דעם קען מען דאך גארנישט, בפרט ווען עס קומט צו פארן צום רבין קיין אומאן, פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם צו שטעלן שטיינער אין וועג. אבער ווי אנשי שלומינו האבן שוין געזען, האט מען פאריאר מיט תפילות זוכה געווען צו שיינע זאכן, סיי אז די וועג האט זיך אויסגעארבעט על צד היותר טוב, מען איז געקומען מיט פליגערס קיין פוילן, און דערנאך איז מען געפארן קיין ליזענסק ווי עס איז געווען צוגשטעלט צו עסן, און א מקוה, און פון דארט האט מען גענומען דעם לאנגען וועג מיט באסעס און מיטן באן קיין אומאן. אזוי אויך אין אומאן זעלבסט האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס האט גארנישט געפעלט, די פעקלעך זענען ב"ה אנגעקומען, און מען האט געפועלט ישועות פאר זיך פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.
 
דאס יאר טוען אנשי שלומינו ווייטער גיסן תפילות בשעת די שטאב פון "פלען איט רייט" טוט איבערארבעטן די פלענער וואס מען קען טון היי יאר, סיי וואס מען קען בעסער מאכן, און סיי וואס מען קען צולייגן. עס ליגן אויפן טיש גוטע געדאנקען מיט וואס צו פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו מיטן אייבערשטנ'ס הילף אנוצוקומען צום הייליגן רבין, נאך בעסער און שענער פון פאריאר. אנשי שלומינו זענען מתפלל "ותקננו בעצה טובה מלפניך", מען זאל קענען צושטאנד ברענגען די אלע זאכן, און עס זאל זיך אויסארבעטן אויפן בעסטן פארנעם.
 
אין די קומענדיגע טעג האפן מיר אז מיר וועלן קען מעלדן די פרישע אפדטעיטס מטעם "פלען איט רייט", אבער אויפן יעצטיגן מאמענט איז דא איין קריטישע זאך וואס עס פעלט אויס מען זאל שוין יעצט קעיר נעמען דערפון: די פאספארטן.
 
יעדער וואס דארף באנייען אדער אפלייען פאר א פאספארט פאר זיך אדער פאר די קינדער, זאל עס טון שוין יעצט. ווי די רעגירונג שרייבט אין די יעצטיגע טעג, אז זיי באקומען אסאך מער פאספארט אפליקאציעס ווי זיי קענען באהאנדלען, דארף מען זיך רישן אז אפילו "עקספעדייט" פאספארטן זאלן נעמען מער פון צוויי חדשים, און כאטש מיר האלטן יעצט נאך בערך פינף חדשים צום נסיעה, איז זייער וויכטיג אז מען זאל זיך שוין אפגעבן דערמיט, און נישט ווארטן אויף שפעטער, ווען עס קען קאסטן אסאך מער טירחה, געלט, און עגמת נפש.
 
פאר אנשי שלומינו איז צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה א זאך אויף וואס מען קען נישט מוותר זיין, לב יודע מרת נפשו, יעדער וויל תשובה טון, יעדער וויל זיין אן אמת'ער ערליכער איד, יעדער דארף ישועות. וויאזוי קען מען בלייבן אינדערהיים ווען דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין א לאָיער פאר יעדער וואס קומט צו אים אויף ראש השנה? און כאטש דער סמ"ך מ"ם טוט אונטערלייגן שטיינער און פיסלעך אויף אלע זייטן, טוען אנשי שלומינו מתפלל זיין מען זאל זיי אלע קענען איבערקומען, און זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה.