מיט יעדע פארבייגייענדע טאג ווערט די בענקשאפט צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה שטארקער. מען שפירט אין די לופטן דעם רבי'נס רוף "קיינער טאר נישט פעלן", "ראש השנה קען איך יעדעם פאררעכטן", אנשי שלומינו ווילן שוין קויפן טיקעטס צו קענען פארן צום הייליגן רבין. די טראוועל אגענטן אדווערטייזן שוין אינגרויסן די פילע טיקעט אפציעס וואס מען קען נעמען.
 
עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז אנצוקומען קיין אומאן גייט נישט סתם מען קויפט א טיקעט, צוערשט קומט פארשטייט זיך תפילה, וואס אן דעם קען מען דאך גארנישט, בפרט ווען עס קומט צו פארן צום רבין קיין אומאן, פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם צו שטעלן שטיינער אין וועג. אבער ווי אנשי שלומינו האבן שוין געזען, האט מען מיט תפילות זוכה געווען צו שיינע זאכן, סיי אז די וועג האט זיך אויסגעארבעט על צד היותר טוב, מען איז געקומען מיט פליגערס קיין פוילן, מאלדאווע און פון דארט האט מען גענומען וועגן מיט באסעס אדער מיט באנען קיין אומאן. אזוי אויך אין אומאן זעלבסט האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס האט גארנישט געפעלט, און מען האט געפועלט ישועות פאר זיך פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.
 
אין די זעלבע צייט איז וויכטיג צו דערמאנען אז יעדער וואס דארף באנייען אדער אפלייען פאר א פאספארט פאר זיך אדער פאר די קינדער, זאל עס טון שוין יעצט. ווי די רעגירונג שרייבט אין די יעצטיגע טעג, אז עס וועט נעמען בערך זעקס ביז אכט וואכן צו מאכן א געהעריגע פאספארט, און אפילו "עקספעדייט" נעמט מער פון דריי וואכן. דערפאר איז זייער וויכטיג אז מען זאל זיך שוין אפגעבן דערמיט, און נישט ווארטן אויף שפעטער, ווען עס קען קאסטן אסאך מער טירחה, געלט, און עגמת נפש.
 
פאר אנשי שלומינו איז צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה א זאך אויף וואס מען קען נישט מוותר זיין, לב יודע מרת נפשו, יעדער וויל תשובה טון, יעדער וויל זיין אן אמת'ער ערליכער איד, יעדער דארף ישועות. וויאזוי קען מען בלייבן אינדערהיים ווען דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין א לאָיער פאר יעדער וואס קומט צו אים אויף ראש השנה? און כאטש דער סמ"ך מ"ם טוט אונטערלייגן שטיינער און פיסלעך אויף אלע זייטן, טוען אנשי שלומינו מתפלל זיין מען זאל זיי אלע קענען איבערקומען, און זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה.