מיט יעדע פארבייגייענדע טאג ווערט די בענקשאפט צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה שטארקער. מען שפירט אין די לופטן דעם רבי'נס רוף "קיינער טאר נישט פעלן", "ראש השנה קען איך יעדעם פאררעכטן", אנשי שלומינו ווילן שוין קויפן טיקעטס צו קענען פארן צום הייליגן רבין. "פלען איט רייט" איז אין די טעג שטארק פארנומען אויסצוארבעטן די פלענער וואס ווען און וויאזוי מען זאל קענען אנקומען אמבעסטן קיין אומאן היי יאר.

דאס איז פשוט אז קיין אומאן קומט מען נישט אן סתם דרוך קויפן א טיקעט, צוערשט קומט תפילה, וואס אן דעם קען מען דאך גארנישט, בפרט ווען עס קומט צו פארן צום רבין קיין אומאן, פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם צו שטעלן שטיינער אין וועג. בפרט ווען די מצב אין אוקראינע איז פארנעפלט שוין איבער צוויי יאר. אבער אנשי שלומינו האבן שוין געזען אז מיט תפילות קען מען פועלן, אפילו אין די לעצטע צוויי יאר האט מען זוכה געווען צו הערליכע נסיעות קיין אומאן, סיי אין די וועג וויאזוי מען איז געפארן ב"ה, די טשארטערס קיין פוילן, די אפשטעל אין ליזענסק ביים הייליגן ציון, און דערנאך האט מען זיך אפגערוט געגאנגען אין מקוה געדאווענט און געגעסן, אזוי אויך דער וועג אריבער די גרעניץ ביז אומאן.
 
אזוי אויך אין אומאן זעלבסט האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס האט גארנישט געפעלט, די פעקלעך זענען ב"ה אנגעקומען, און מען האט געפועלט ישועות פאר זיך פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.

דאס יאר טוען אנשי שלומינו ווייטער גיסן תפילות
בשעת די שטאב פון "פלען איט רייט" איז פארנומען ביז איבערן קאפ צו איבערארבעטן די פלענער אויף די היי יעריגע נסיעה, עס צו מאכן נאך בעסער און נאך געשמאקער. טוען אנשי שלומינו בעטן דעם אויבערשטן זיי זאלן מצליח זיין און טאקע קענען אויספירן מכח אל הפועל די אלע גוטע געדאנקען צו קענען צושטעלן א נסיעה אויפן בעסטן אויפן בעזרת השם יתברך.
 
אין די קומענדיגע טעג האפן מיר אז מיר וועלן קען מעלדן די פרישע אפדטעיטס איבער די נסיעה קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ה, אבער די קומענדיגע אלערט איז גילטיג אויפן יעצטיגן מאמענט: די פאספארטן.

עס איז שטארק רעקאמענדירט אלע זאלן איבערקוקן די פאספארטן פון זיך און די קינדער און קוקן ווען עס לויפט אפ, ווייל פילע לענדער לאזן נישט אריין מיט א פאספארט וואס לויפט אפ אין ווייניגער פון דריי חדשים, און פילע עירליינס זענען נאך אפילו מער מחמיר, און זיי פארלאנגען א פאספארט וואס איז פעליג אויף א האלבע יאר שפעטער. דאס מיינט אז אפילו אויב די עקספיירעישאן דאטום איז א גאנצע יאר פון יעצט (ביז למספרם אפריל 2025), איז שוין רעקאמענדירט צו באנייען דעם פאספארט.
 
דער וואס האט נאך נישט קיין פאספארט קען גיין צו איינע פון די הונדטערטער לאקאציעס וואו מען קען באשטעלן א נייע פאספארט. עס איז כדאי זיי צו רופן פון פריער, צו וויסן וועלכע דאקומענטן מען דארף צושטעלן, און צי זיי מאכן פאספארט בילדער אויפן פלאץ. אויב דארף מען נאר באנייען א פאספארט, קען מען עס אויך טון דורך די פאסט, דורך דעם לינק.
 
די סטעיט דעפארטמענט זאגט אז עס געדויערט אין די טעג צו פראצעסירן א פאספארט בערך 2 חדשים, און נאך א חודש וואס עס נעמט אנצוקומען און ארויסצושיקן.
 
פאר אנשי שלומינו איז צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה א זאך אויף וואס מען קען נישט מוותר זיין, לב יודע מרת נפשו, יעדער וויל תשובה טון, יעדער וויל זיין אן אמת'ער ערליכער איד, יעדער דארף ישועות. וויאזוי קען מען בלייבן אינדערהיים ווען דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין א לאָיער פאר יעדער וואס קומט צו אים אויף ראש השנה? און כאטש דער סמ"ך מ"ם טוט אונטערלייגן שטיינער און פיסלעך אויף אלע זייטן, טוען אנשי שלומינו מתפלל זיין מען זאל זיי אלע קענען איבערקומען, און זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה.