גרשון קרעמער

שאלה:
 
א גרויסן יישר כח פאר אייערע באלערנדע ארטיקלען יעדע וואך.
 
איך גלייך צו עסן פאפקארן. איך לייג אריין קערלעך אינעם מייקראוועיוו, איך צינד עס אן, און עס גייט נישט דורך מער ווי עטליכע מינוט און איך הייב אן צו הערן ווי עס הייבט אן אויפצופלאצן. איך בין זייער נייגעריג: וויאזוי פאפט פאפקארן?
 
 
ענטפער:
 
א פאפקארן קערנדל איז עפעס אזוי ווי א קליינע פרעשור-קוקער. דעם קערנדל'ס שאלעכץ איז הערמעטיש פארמאכט, און האלט פארכאפט דערין די ווייכע סטארטש און אביסל וואסער.
 
ווען מען הייצט אן דעם קערנדל, ווערט דאס וואסער דערין אויך הייס, און ווען דאס וואסער דערין גרייכט צו א געוויסע גראַד היץ, קען עס מער נישט בלייבן פליסיג. עס מוז ווערן פּאַרע, (די ווייסע "רויך" וואס קומט ארויס ווען מען קאכט וואסער). אבער די וואסער קען זיך נישט אויסברייטערן, די שאלעכץ לאזט עס נישט דורך. די פרעשור אינעווייניג ווערט שטערקער און שטערקער, ביז "בום" - דאס וואסער פון אינעווייניג זיגט, די שאלעכץ רייסט אויף, און די ווייכע סטארטש ווערט באפרייט און ווערט אין יענע סעקונדע פארוואנדלט אין א נייע בריאה, די געשמאקע "פּאַפּ קאָרן".
 
דאס איז א געוואלדיגע לימוד פאר אונז אלע. פון קליינערהייט אן גייען מיר דורך אזא ערפארונג מער ווי איינמאל. א קליין קינד ליגט זיך רואיג און באקוועם, מען פיטערט אים, מען באדט אים, מען טוישט אים. אבער ער וואקסט אביסל אונטער און מען הייבט אן צו לייגן "פרעשור". מען וויל ער זאל אנהייבן קריכן, מען לייגט זיין באליבטע פלעשל אביסל ווייטער, און ער מוז זיך ארויסרייסן פון זיין קאמפארט זאון און וואקסן.
 
דערנאך שטופט מען אים ווייטער, מען שטופט אים צו גיין, און שפעטער טראגן אים די עלטערן אין א פרעמדע פלאץ. ער קען דא קיינעם נישט, עפעס א טאטע - זאגט מען אים, איז זיין "רבי", און זיין טאטע זאגט אים "ביי ביי, גיב דיך אן עצה. וואקס!" און דאס גייט ווייטער כסדר ביז דאס קינד ווערט שוין גרויס און מען טוט א שידוך.
 
דאס קינד קען שפירן כאילו מען שטופט אים ארויס. ער פארשטייט נישט, "איך האב דא פון אלעם גוטן, איך האב צו עסן, צו שלאפן, פארוואס דארף איך אנהייבן נעמען אחריות אויף אלעמען אליינס?" אבער טאקע ווייל די עלטערן האבן רחמנות אויף זייערע קינדער, העלפט מען זיי צו שטיין אליינס, און ווערן זעלבסטשטענדיגע מענטשן.
 
לאמיר אנהייבן דאנקען דעם אויבערשטן פאר אלע טשעלענדזשעס (נסיונות) וואס ער גיבט אונז, ווייל נאר אזוי האבן מיר געקענט אנקומען וואו מיר זענען היינט אנגעקומען.
 
 
זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער, ביטע לאזט א מעסעדזש אויף 845-445-7447, אדער אויף askgershon@gmail.com.