פון: גרשון קרעמער
 
ווי ס'איז באקאנט פאר אלע אנשי שלומינו, ווערט יעדע וואך ארויפגעשטעלט אויף די 'קול ברסלב' אמונה ליין א הערליכע שמועס וואס טראגט דעם נאמען "ברסלב'ע ברידער". דאס איז א שמועס מיט די צוויי וועבערמאן ברידער, מו"ה יואל הי"ו און מו"ה אברהם הערש הי"ו. די שמועסן קען מען הערן דורך אריינרופן אין די 'קול ברסלב' אמונה ליין אויפן נומער 212-444-9191, דרוקט 1, דערנאך 4, און דערנאך 5 פאר די "ברסלב'ע ברידער" אפטיילונג.
 
דורכאויס די שמועסן גייט מען אדורך די נייעס פון אינערהאלב די קהילה, נייעס ארום די וועלט, און נאך פילע אינטערעסאנטע ענינים. אפטמאל ברענגט מען ארויף פארשידענע אינגעלייט וואס טיילן מיט נייעס און איבערלעבענישן וואס זיי האבן מיטגעהאלטן ביי געוויסע מעמדים וכדומה, ווי אויך בחורי הישיבה וואס דערציילן איבער די וואך אין ישיבה.
 
יעצט צייכנט מען אפ פיר יאר זינט מ'האט אנגעהויבן די שמועסן, און גלייכצייטיג האט מען בסייעתא דשמיא דערגרייכט דעם צוויי הונדערטסטן שמועס בלי עין הרע. דאס זענען צוויי הונדערט רייכע שמועסן, געפאקט מיט תוכן און גוטע אינפארמאציע, וואס אנשי שלומינו האבן שטארק הנאה דערפון יעדע איינציגע וואך.
 
במשך די אלע יארן זינט מ'האט אנגעהויבן מיט די שמועסן, זענען שוין פילע אנשי שלומינו ארויפגעקומען אויפ'ן ליין איבערצוגעבן אינטערעסאנטע נייעסלעך און קרישקעלעך. אזוי אויך האט מען דורכאויס די יארן ארויפגעברענגט פילע בחורי הישיבה (וואס זענען שוין היינט אינגעלייט), וועלכע האבן שיין אראפגעמאלן וואס עס טוט זיך אפ אינערהאלב די ישיבה במשך די וואך, וואס עס קומט אלץ פאר דארט, שיחות וואס דער ראש ישיבה גיט איבער פאר די בחורים, און אזוי ווייטער.
 
מיט א שטיק צייט צוריק פלעגט מען כסדר ארויפברענגען אונזער חשוב'ן חבר הנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, וועלכער פלעגט איבערגעבן די נייעס און אפדעיטס פון די קהילה, ביז ער האט באקומען אן אייגענעם קנעפל אויף 'קול ברסלב', וואו ער באריכטעט מיט א געוואלדיגן געשמאק וואס עס טוט זיך אפ אין די הנהלה קארידארן, אינאיינעם מיט זיין שותף לדבר מצוה מו"ה שמעון עוזר גרינפעלד הי"ו.
 
אזוי אויך פלעגט אונזער חבר מו"ה יקותיאל פעלדמאן הי"ו איבערגעבן די וועלטליכע נייעס אויף דעם דאזיגן קנעפל, וואס האט שפעטער באקומען א באזונדערן שמועס, וואו ער פארציילט די נייעס אינאיינעם מיט מו"ה יואל טייטלבוים הי"ו.
 
אנשי שלומינו זענען באמת דאנקבאר פאר די דאזיגע חשוב'ע אינגעלייט וואס טוען אזא געוואלדיגע ארבעט וואך נאך וואך. ווי אסאך זאגן עדות, האט דאס שוין גאר אסאך אויפגעטון פאר זיי; מענטשן אליין פארציילן אז דייקא די פשוט'ע שמועסן האבן ביי זיי אריינגעברענגט א חשק צו פרובירן די זיסע עצות און אויסהערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.
 
עס זענען דא וואס האבן געזאגט, אז אנפאנג איז זיי געווען שווער אויסצוהערן דירעקט די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א צוליב די ליצנות וואס זיי האבן געהערט, און זיי האבן נאר געקענט הערן די דאזיגע שמועסן. אבער די שמועסן האבן זיי מיט דער צייט צוגעברענגט דערצו אז זיי זאלן אויך קענען אנהייבן צו הערן די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א.
 
יעצט אז מ'האלט ביי אזא צייט, איז פשוט דער ריכטיגער זמן צו דאנקען דעם אייבערשטן אז מ'איז אנגעקומען ביז אהער, און
 
מיר בעטן ווייטער פונעם אויבערשטן מיר זאלן קענען ממשיך זיין ווייטער און ווייטער, צו ברענגען גוטע, רייכע און תוכן'דיגע שמועסן פאר אונזערע חשוב'ע אנשי שלומינו.
 
עס איז טאקע א פאסיגע געלעגנהייט צו לאזן וויסן פארן עולם, אז מ'קען שטענדיג אריינשיקן הערות און הגהות וויאזוי מ'קען פארבעסערן די שמועסן מיט פרישע און גוטע געדאנקען, כדי מהנה צו זיין אלע חשוב'ע אנשי שלומינו, דורך אריינרופן צום "ברסלב'ער ברודער" אויפן נומער: 845-379-1161.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.