פארגעשריטענע פושקע פאר נדבות אין ביהמ"ד קרית ברסלב ליבערטי
כה תמוז תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה לייבי ראטה הי"ו
די פולע אידן וואס קומען אריין אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין שטעטל אויף האשקי ראד, באגעגענען זיך אין די טעג מיט א נייע פארגעשריטענע סקרין אויפן וואנט ביים אריינגאנג פון ביהמ"ד.
דאס איז א נייע פארגעשריטענע קרעדיט/דעביט קארד מאשין, וואס וועט ערמעגליכן אנצונעמען נדבות דורך קרעדיט / דעביט קארד.
דער מאשין אין ספעציעל אויסגעארבעט געווארן אז אפילו היינטיגע צייטן ווען פיל מאל דרייט מען זיך נישט ארום מיט קעש אין טאש און מען וויל געבן צדקה פארן דאווענען, אדער מען וויל געבן צדקה פאר א זכות פון א נשמה, אדער מען דארף א ישועה, דארף מען בלויז צוגיין צום מאשין און אויסוועלן דעם צוועק און דעם סכום און ביז עטליכע סעקונדעס איז דער נדבה מסודר בסייעתא דשמיא.
אויפן מעין סקרין איז דא א מעניו צו וועלכע צדקה מען וויל געבן. צום ערשט קען מען אויסוועלן דער בעל אכסניא פונעם מאשין "בית המדרש האשקי", דערנאך קומט "מוסדות היכל הקודש", מיט אן אויסוואל פון אלע לאקאציעס, דערנאך קומט דער בארימטער "קרן הדפסה היכל הקודש" דערנאך איז דא דער "בתי מדרשים" קנעפל, און מען קען אויסוועלן פון א ליסטע פון בתי מדרשים היכל הקודש, דערנאך איז דא דער "כולל היכל הקודש", דערנאך קען מען מנדב זיין פארן "עירוב" און פארן "בית התבשיל".
בעזרת השם יבתרך וועט צוקומען נאך אפציעס אין די נאנטע צוקונפט.
דער קרעדיט קארד מאשין איז זייער פשוט און גרינג צו נוצן, און איז שוין פאקטיש אריין אין דינסט, און ווערט שוין באנוצט דורך די פילע מתפללים פון בית המדרש, צום צופרידנהייט פון אלע באי בית המדרש.
הרודף צדקה הקב"ה ממציא לו מעות וממציא לו בני אדם מהוגנים כדי לקבל עליהם שכר, וזוכה לבנים בעלי עושר בעלי חכמה, בעלי אגדה (ספר המידות צדקה אות י"ט)