שאלה: פארוואס ווערט נישט אלקאהאל פארפרוירן? ח. רייזמאן
 
ענטפער: צוערשט לאמיר קלארשטעלן אז אלקאהאל קען יא ווערן פארפרוירן, איי וועסטו מיר פרעגן, איך זעה דאך אז די אלקאהאל אין פריזער איז נאך פליסיג אפילו נאך א וואך צווייט, בשעת די וואסער ווערט פארפרוירן אין עטליכע שעה, פרעגסט זייער גוט. יעדע מאטריאל האט זיך זיין נאטור וואס דער אויבערשטער האט אים באשאפן ווען ער ווערט פליסיג, און ווען ער ווערט פארפרוירן, פשוטע וואסער ווערט פארפרוירן ביי °32 פערנהייט (0° צעלסיוס) און אלקאהאל דארף זיין גאר גאר קאלט צו ווערן פארפרוירן, אזא קעלט וואס מיר באגעגענען נישט טאג טעגליך, מען דארף עס לייגן אין א פריזער וואס קען אראפ ברענגען דער טעמפעראטור צו 173.5° אונטער זערא פערנהייט (114.1 אונטער זערא צעלסיוס) כדי עס זאל ווערן "אייז".
 
ווען מען זעט א איד איז פארפרוירן, ער איז א שטיק אייז, זאג נישט "ער האט נישט קיין אמונה", ווייל יעדער איד באשר הוא שם האט אמונה, די שאלה איז נאר ביי וועלכע טעמפעראטור זיין אייז וועט זיך אויפלאזן, ווען הייבט ער אן זיך צו דערמאנען פון גאט, ווען דער דאקטער האט שוין אויפגעגעבן ער זאגט אז עס איז נישטא מער וואס צו טון, וועט יעדער "מתיר זיין" צו זאגן תהלים, עס זענען דא וואס וועלן שוין לויפן צום אויבערשטן אויך ווען מען דארף מאכן א שווערע טעסט, און מען דערמאנט זיך פונעם באשעפער, און מען בעט אים מען זאגט תהלים, אנדערע וועלן שוין גיין אביסל פריער, ווען מען האט סיי וועלכע צרה, וועט מען זיך דערמאנען אז "אלעס איז באשערט" און מען קען בעטן דעם אויבערשטן, אבער יעדער קען שטייגן אין אמונה. פונקט ווי מיר האבן דא ערקלערט אז מען קען נישט זאגן אויף א איד "ער האט נישט קיין אמונה", ווייל כאטש א פינטל אמונה האט יעדער איד, קען מען אויך נישט זאגן אויף זיך אז מען האט שוין אמונה, ווייל אמונה איז א זאך וואס מען קען שטייגן דערין עד אין סוף, מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן אים זען אין יעדע זאך, מיר זאלן ווערן דבוק אינעם אויבערשטן, וואס דאס מיינט אויף פשוט אידיש "צוגעקלעבט" צום אויבערשטן, ווי מוהרא"ש פלעגט עס אזוי שיין אראפ לייגן, אז ווען מען קעלבט צוזאם צוויי פאפירן מיט שטארקע גלו, קען מען מער נישט פולקאם צוטיילן, און אייביג וועט מיטקומען כאטש אביסל פונעם אנדערן פאפיר ווען מען זאל עס וועלן צוטיילן, אזוי דארף א איד זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אויבערשטן ביי יעדע געלעגענהייט, וואס דאס בויעט אים אויף די אמונה, און אפילו מיר פשוטע מגושם'דיגע פיצא עסנדע מענטשן זאלן אויך קענען צוקומען צו די גרויסע מדריגה פון דביקות בהשם, און אפילו מיר זעען אויס ווי מיר זעען נעבעך אויס, קרעצן מיר צום אויבערשטן דארט ווי מיר זענען.
 
דאס עס איז אביסל ענליך צו וואס מיר האבן געשריבן מיט עטליכע וואך צוריק איבער זאלץ אויף די אייז. און אז מען רעדט שוין דערפון ווילן מיר דא פאררעכטן א טעות וואס איז דארט אריינגעפאלן אז מען קען אויך נוצן זאמד צו צעלזאזן אייז. דער אמת איז אז אין דארפישע געגענטער ווי מען פארט נישט אזוי סאך קען מען נישט נוצן קיין זאלץ צו צולאזן שניי, ווייל די קארס וואס פארן אויף די זאלציגע שניי העלפן צו אויסמישן די זאלץ מיט די שניי, ווייל אויב האט מען נישט קיין קארס, וועט די שניי ברעקל בלויז מאכן א לאך אין די שניי און אלעס אנדערש וועט בלייבן אייז. דערפאר נוצט מען זאמד פשוט אז די שניי און אייז זאל נישט זיין אזוי גליטשיג, און מען זאל קענען פארן אויף די שניי. ווען די זון שיינט וועט די טונקעלע זאמט אביסל העלפן צו צולאזן די שניי, ווייל די זאמד זאפט בעסער איין די זון שטראלן און ווערן אביסל אנגעווארימט פון די זון וואס וועט צוביסלעך אביסל אויפלאזן די שניי.