פארוואס א גלעזל איז שמאל פון אונטן
כה אייר תשפ"ו 📝
שאלה: איך האב געהערט אז איינע פון די סיבות פארוואס מען מאכט גלעזלעך שמאל פון אונטן און ברייטער פון אויבן איז ווייל אזוי איז עס מער סטאביל, וויבאלד די גאנצע וואג דרוקט אראפ. אבער עס קומט מיר עפעס נישט אויס אזוי; איך מיין אז די סברה איז נישט ריכטיג. ווען עס וואלט געווען ברייטער פון אונטן וואלט עס דאך געווען פיל מער סטאביל, קענסטו מיר דאס אפשר אויסקלארן?
ענטפער: דו ביסט זייער גערעכט. אויב וואלט מען זיך נאר גערעכנט מיט די סטאביליטעט, וואלט זיכער געווען פיל בעסער עס צו מאכן ברייט פון אונטן און שמאלער פון אויבן. כדי א הויכע זאך זאל זיך גוט האלטן און זיך נישט אזוי שנעל איבערדרייען, איז וויכטיג צו מאכן דעם אונטערשטן חלק שווערער פונעם אויבערשטן, ווייל ווען די וואג געפינט זיך מער פון אונטן, ווערט דער גלעזל פיל שווערער איבערצודרייען.
עס זענען אבער דא אנדערע שטארקע סיבות פארוואס גלעזלעך זענען געווענליך ברייט פון אויבן און שמאל פון אונטן. דאס זענען פראקטישע סיבות וואס וועגן איבער די סטאביליטעט: עס איז פיל גרינגער צו טרינקען פון א ברייטערע עפענונג; עס איז גרינגער אריינצוגיסן אין א ברייט גלעזל (טראכט למשל פון א טראכטער); עס איז פיל גרינגער אויסצורייניגן; מען קען עס אנהויפענען איינס אינעם צווייטן; און עס האלט זיך בעסער אין די הענט אז עס זאל נישט אזוי גרינג ארויסגליטשן.
כדי א שיסל זאל זיין סטאביל און זיך נישט איבערדרייען, מאכט מען עס געווענליך אסאך דיקער ביים אונטערשטן טייל כדי עס זאל האבן מער וואג. וואס לערנט דאס אונז פארן לעבן? מיט אונזער פשוט'ן בליק קען זיך דאכטן אז מיר דארפן פאקוסן נאר אויף צו זיין גרויס פון אויבן – צו זיין גרעסער און בעסער פון יעדן איינעם; אבער דער אמת איז אז דאס וועט אונז גארנישט ברענגען אויסער קאפ-וויי, און מ'וועט זיך פיל גרינגער איבערדרייען. א בעסערע עצה איז צו זיין שטארק "פון אונטן". לאמיר ענדערש אוועקגעבן אונזערע כוחות פאר די פשוט'ע זאכן און דארט אריינלייגן די גאנצע וואג: זיך פרייען מיט א מזוזה, מיט א שבת קודש, מיט כיבוד אב ואם און אזוי ווייטער.
דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אצל העולם אמונה הוא דבר קטן, ואצלי אמונה הוא דבר גדול מאד" – ביי די וועלט ווערט אמונה פאררעכנט אלס א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז אמונה גאר א גרויסע זאך; "ועיקר האמונה היא בלי שום חכמות וחקירות כלל, רק בפשיטות גמור כמו שהנשים וההמון עם הכשרים מאמינים" – און דער עיקר אמונה איז אן קיין שום חכמות און חקירות, נאר פשוט אזוי ווי די ערליכע פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן.
א מענטש וואס איז שטארק פון אונטן – מיט אמונה פשיטה און יראת שמים – קען שטיין פעסט אפילו ווען עס בלאזן שטארקע ווינטן.