שאלה: פארוואס געניצט מען ווען מען איז מיד?
 
ענטפער: רוב מענטשן וועלן אפילו נישט כאפן, עס געשעט כמעט אויטאמאטיש, א איד איז אויפגעשטאנען אינדערפרי, אפגעגאסן נעגל וואסער, געלאפן אין מקוה, אנגעטון תפילן, געדאווענט, ארויסגעגאנגען ארבעטן און ברענגען פרנסה, ער האט געלערנט זיינע שיעורים אין משניות גמרא הלכה, און אזוי ווייטער, זיך אפגעגעבן מיט די קינדער, יעצט דארף ער גיין אויף א חתונה, און שוין נאכן טאנצן עטליכע שעה, שטייט דער בדחן איינס אזייגער ביינאכט און רעדט צוזאם שטותים מיט הבלים, קיינער אין זאל איז נישט אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן, זיכער נישט נאך א גאנצן טאג, אבער זעט אויס אז דער מחותן וויל זיין "נארמאל", אזוי נישט מיר נישט דיר, עפנט זיך אויף מיין מויל גרויס און ברייט, און מיין הענט געבט א פאר ארויף עס צו באדעקן - א געניץ. וואס איז פשט? איך האב עס נישט געפלאנט, און נישט געטראכט, פארוואס האט דער באשעפער אריינגעלייגט אין די טבע אז א מענטש געניצט ווען ער איז מיד?
 
דער אמת'ער תירוץ פארוואס עס איז אזוי ווייסן מיר נישט, אויב איינער קען מיר ווייזן אין די ספרי חז"ל אדער פון די צדיקים וואס שרייבן דערוועגן, וועלן מיר וויסן פארוואס דאס איז אזוי. די סייענטיסטן כדרכם שפעקולירן, טראכטן, און חקר'נען, אבער אפילו זיי זענען מודה אז זיי ווייסן נישט. זיי געבן אן עטליכע סיבות פארוואס אפשר דאס איז אזוי.
 
ווען א מענטש איז מיד און אפגעמוטשעט דארף דער מענטש האבן מער כח - ענערגיע אנצוגיין, און ווען מען געניצט ציעט מען אריין אסאך אקסיגען, וואס טוט מעגליך אויפפרישן דעם מח.
עס זענען דא שטודיעס וואס זאגן אז א געניץ קילט אפ דער מח ווען עס ווערט צו הייס, וואס העלפט אויסקלארן דעם מח, צו קענען טראכטן בעסער.
אדער טוען אנדערע שפעקולירן אז דאס איז פשוט א וועג וויאזוי דער באשעפער האט געמאכט צו געבן א סיגנאל פאר'ן מענטש אז ער איז מיד און ער דארף זיך לייגן שלאפן. פונקט ווי הונגער קען זיין א סיגנאל פאר א מענטש אז ער דארף גיין עסן.
 
עס איז זייער אינטערסאנט צו באמערקן אז געניצן איז "אנשטעקיג" און זייער אסאך מאל ווען איינער געניצט, וועלן די אנדערע ארומיגע אויך אנהייבן צו געניצן. וואס איז פשט דערפון איז זייער אומקלאר, נאך מער אינטערעסאנט איז, אז טייל פארשער זאגן אז א סימפאטישער מענשט וואס שפירט מיט מיט אנדערע, וועט ענדערש אנהייבן געניצן ווען זיינע ארומיגע געניצן. עס זעט אויס ווי עס האט עפעס צו טון מיט די קשר וואס איין מענטש האט מיט'ן צווייטן.
 
עס איז זייער וויכטיג פאר אן ערליכער איד צו האבן א גוטע חבר, איינער וואס וועט אים מחזק זיין ווען ער שפירט זיך געפאלן און מיד, כדי מען זאל נישט איינשלאפן, און אפלאזן די גוטע וועג וואס דער הייליגער רבי געבט אונז. אונזערע חברים און סביבה קען אונז אנשטעקן, און עס איז זייער וויכטיג מען זאל זיין ארומגענומען מיט חברים וואס וועלן אונז אויפהייבן, און געבן עצות פון די הייליגע תורה, אזוי וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן.