שאלה:
 
איך פאר אסאך אויפן ראוד און איך האב אויפגעפאסט אן אינטערעסאנטע זאך: כמעט אלע "ספיד לימיטס" זענען נומערן וואס ענדיגן זיך מיט א פינף, למשל 25, 35, 55 אדער 65 מייל א שעה. פארוואס מאכט מען נישט קיין גאנצע נומערן ווי 30, 50 אדער 60?
 
ש.ר.
 
ענטפער פון גרשון קרעמער:
 
ש.ר., דו האסט א שארפע אויג. יעדער איינער זעט כמעט טעגליך די סיינס פון די ספיד לימיטס, אבער דו האסט אויפגעפאסט אן אינטערעסאנטע זאך.
 
די האלבע ציפערן דערמאנט אונז דאס וואס דער אויבערשטער האט געהייסן אז יעדער איד זאל געבן יעדן יאר א "מחצית השקל". פארוואס זאל מען טאקע געבן האלבער שקלים? פארוואס נישט קיין גאנצע? פלעגט מוהרא"ש זאגן, אז דאס איז צו דערמאנען אידישע קינדער וויאזוי מען קען מצליח זיין אין א אידישע שטוב: דער מאן און די ווייב דארפן וויסן אז "איך בין איין האלב און דער צווייטער איז די אנדערע האלב". אויב האלט מען זיך פאר מער, אדער אפילו פאר ווייניגער, איז עס שוין נישט גוט.
 
דערפאר פלעגט מוהרא"ש זאגן אז מען רופט דעם יצר הרע "ס"מ", ווייל סמ"ך איז זעכציג און מ"ם איז פערציג. מען דארף זיין פופציג-פופציג; 40/60 אדער 60/40 איז שוין דער יצר הרע, וואס וויל אדער אז מען זאל זיך האלטן גרעסער, חשוב'ער און מער געלונגען ווי דעם צווייטן, אדער וועט ער פרובירן דיך צו צוברעכן און מאכן שפירן שוואך, פארלוירן און נישטיג קעגן דיין לעבנס-שותף, וואס דאס טויגט אויך נישט. מען דארף וויסן די אייגענע חשיבות – אז דער אויבערשטער דארף מיר – און גלויבן אינעם אויבערשטן, אינעם צדיק און אין זיך אליין, און וויסן אז דיין ווייב מעג האלטן אנדערש און האבן אנדערע נאטורן.
 
צו דיין שאלה: דער אמת איז אז עס זענען יא דא ספיד לימיטס וואס ענדיגן זיך מיט א נול; למשל אין ניו יארק סיטי איז דער אלגעמיינער ספיד לימיט געווען 30 פאר יארן לאנג. אבער דו ביסט גערעכט אז אין אמעריקע, בפרט דא ביי אונז אין ניו יארק סטעיט, זעט מען כמעט אויף אלע לימיטס "האלבע" ציפערן (וואס ענדיגן זיך מיט א 5). דאס איז נישט קיין צופאל – עס איז גאר אינטערעסאנט די היסטאריע וויאזוי דער אויבערשטער האט עס צוגעפירט. אין יאר תשל"ג איז געווען א גרויסע גלאבאלע אויל-קריזיס און געזאלין איז געווארן זייער טייער. אין יאר תשל"ד האט די אמעריקאנער רעגירונג ארויסגעגעבן א געזעץ אז די העכסטע ספיד לימיט איבער גאנץ אמעריקע זאל זיין 55 מייל א שעה, וויבאלד די קארס פון יענע צייטן האבן אויסגענוצט די ווייניגסטע געז ביי בערך 55 מייל. דרייצן יאר שפעטער, ווען דער מצב איז שוין געווען בעסער, האט דאס געזעץ ערלויבט צו הייבן דעם מאקסימום לימיט אויף הייוועיס צו 65. אזוי האבן זיך די ציפערן 55 און 65 איינגעגעסן אויף כמעט אלע הייוועיס.
 
נאך א סיבה: לויט די פעדעראלע געזעץ דארף יעדער "ספיד לימיט" זיין א נומער וואס ענדיגט זיך מיט א 5 אדער א 0. עס איז נישט ערלויבט צו שטעלן א ספיד לימיט ווי 32 אדער 48, כדי דרייווערס זאלן קענען שנעל כאפן דעם ציפער מיט'ן אויג. ווען א הייוועי שטייט ביי 65 און מען דארף צוביסלעך פאמעלעכער מאכן דעם טראפיק ווען מען קומט אריין אין א באוואוינטע שטאט, גייט מען געווענליך אראפ מיט צען מייל שטאפלען: פון 65 צו 55, פון 55 צו 45, פון 45 צו 35, פון 35 צו 25, און ביי שמאלע גאסן ביז 15. דאס אלעס איז ווייל די ספיד לימיטס ווערן באשטימט לויט די סיסטעם פון הייוועיס וואס ענדיגן זיך מיט א 5.
 
נאך א סיבה פארוואס די רעגירונג גלייכט ענדערש ציפערן וואס ענדיגן זיך מיט 5 ווי איידער 0, איז א פסיכאלאגישע שפיל מיט'ן מח. זיי זאגן אז ביי אסאך מענטשן זעט אויס א גאנצע נומער ווי 30 אדער 50 ווי א "בערך'דיגע" צאל, און זיי זענען נישט אזוי מדייק דערין; מען קען גרינג צולייגן נאך 5, 10 אדער 15 מייל א שעה אן טראכטן צוויי מאל. אבער ווען דער סיין זאגט 25 אדער 45, שפירט עס מער גענוי און קלאר, און עס זענען דא בעסערע שאנסן אז מען זאל זיך טאקע האלטן דערצו.
 
דער עיקר, פארגעסט נישט צו זאגן תפלת הדרך איידער איר לאזט זיך ארויס אויפן וועג, און לייגט צו א תפילה אויף אידיש: מען זאל נישט האבן קיין טרעפיק, די פאליציי זאל נישט אפשטעלן, און מען זאל האבן א גרינגע און געשמאקע רייזע. אויך זאל מען בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל זיך האלטן צום געזעץ – וואס איז געמאכט געווארן אונז צו באהיטן פון סכנות ח"ו – און מיט דעם מקיים זיין די מצוה פון "ונשמרתם מאד לנפשותיכם".
 
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.