פארוואס ווערט זילבער געל?
ו טבת תשפ"ד 📝
ערב שבת קודש אינדערפרי, זאת חנוכה, ר' יעקב קוקט אויף זיין זילבערנעם מנורה אין וואס ער האט געצינדן די לעצטע אכט טעג, און פארברענגט מיט זיין משפחה, געזונגען אינאיינעם, גערעדט צום אויבערשטן פארענט פון די הייליגע ליכט, ער כאפט אן די מנורה מיט ליבשאפט, און לייגט עס פארזיכטיג אוועק אויף א וועג, וויסענדיג אז זילבער וואס איז אויסגעשטעלט צו די לופט ווערט גאנץ שנעל געל.
אבער וואס מאכט זילבער זאל געל ווערן (טארניש)? די געלקייט וואס מען זעט אויף די זילבער איז א רעאקציע פון זילבער וואס רירט אן שוועבל (סולפור), איינע פון די מאטריאלן וואס שוועבן ארום אין לופט איבעראל אין די וועלט. זילבער וועט שנעלער געל ווערן אין נאסע (הומיד) פלעצער, אדער פלעצער מיט אומריינע לופט (פאלושן).
מענטשן - אזוי ווי זילבער - ווערן אויך געל אויב מען איז אויסגעשטעלט צו די וועלט צופיל, חז"ל זאגן (ברכות ו ע"ב) "ר' יוחנן ור' אלעזר דאמרי תרוייהו כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום", ווען א מענטש דארף צוקומען צו מענטשן, ער מוז געפעלן פאר יעדעם, ווערט ער נעבעך פארשווארצט.
מען זעט מענטשן מאכן שמחות, וואס באמת איז דאס די שענסטע צייט אין לעבן, וואס קען זיין שענער ווי מען האט געבוירן א אינגל אדער א מיידל, מען מאכט פיאות פאר א קינד, מען מאכט בר מצוה, מען טוט א שידוך, מען מאכט חתונה און אזוי ווייטער, דער מענטש דארף יעצט שיינען און גלאנצן ווי זילבער צווישן זיך און דער אויבערשטער, ער קען זאגן שירה צום אויבערשטן, דאנקען און בעטן אויף ווייטער, ער קען זאגן גאנץ נשמת "עד הנה עזרוני רחמיך... ואל תטשינו ה' אלוקינו לנצח". דאס איז אבער נאר ווען ער ווערט נישט צו שטארק עקספאזט צו די פארפעסטעטע שוועבל לופט פון די גאס, ער זיצט ביי זיך אינדערהיים און איז נהנה מזיו השכינה, און דאנקט און לויבט דעם אויבערשטן פאר זיינע אלע חסדים. ווער איז נאך אזא גליקליכע מענטש ווי אים?
ווען מען רירט אבער צו די גפרית ומלח שריפה כל ארצה, מען קוקט אויף רעכט און לינקס, "וואס טוט דער שכן?", "איז עס 'נארמאל'?", מען "מוז" מאכן א שיינע שמחה, יעדער זאל זען, יעדער זאל רעדן, יעדער זאל קומען, מען דארף פרעגן יעדעמ'ס דעות, און מען הערט פון די אזוי גערופענע "חברים", "דו מוזט זיך אהערשטעלן באלעבאטיש", "קענסט נישט זיין קיין שנארער", ווערט נעבעך די פנים שווארץ, געל, און גרין. מען מוז בארגן פון די גאנצע שטאט, און מען קען נישט קומען דאווענען אין קיין אין שול, ווייל מען קען נישט קוקן די בעלי חובות אין פנים.
טייערע אידן אין אמעריקע, לאמיר אנהייבן לעבן פאר זיך, און טון וואס איז גוט אין די אויגן פון אויבערשטן, וועלן מיר לעבן א גליקליך לעבן אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.