פארוואס מאכן עראפלאנען ווייסע ליינס?
י סיון תשפ"ד 📝
שאלה:
פארוואס זעה איך פיל מאל עראפלאנען לאזן איבער אונטער זיך ווייסע שטרייפן אונטער זיך, אבער צומאל זעט מען זיין פליען אן קיין ליניעס אונטער זיי?
ענטפער:
די ווייסע שטרייפן וואס "קומען ארויס" ווען פליגער פליען הויך אין די לופטן זענען גוט באקאנט פאר אלעמען, עס זעט אויס ווי ווייסע שטריקן געמאכט פון וואטע אדער וואלעקענעס, וואס ווערן צובילעך ברייטער און ברייטער ביז זיי ווערן פארשוואונדן. אויף ענגליש האט עס אפילו א נאמען, מען רופט עס "קאָנטרעיל", וואס איז צוזאם געשטעלט פון די ווערטער "קאָנדענסעישאָן טרעיל", "קאנדענסעישאן" מיינט ווען גאז ווערט טראנפארמירט צו פליסיגקייטן (צום ביישפיל פון וואלקענעס ווערט רעגן), און "טרעיל" מיינט א "שטעג" ("טרעיל" אין ענגליש, וואס מען נוצט געווענדליך צו באצייכענען א אויסגעטרעטענע וועג אין וואלד).
וואס פאסירט ביים פליגער אין אונזער מעשה, איז אז אויב די לופט וואס דער מאטאר ציעט אריין אין פארענט איז נאס און ווערט הייס אינעם מאטאר, און ווערט דערנאך ארויסגעשטופט פון אונטן צו די לופט הויך אין די אטמאספערע וואס איז סאך קעלטער, דאס איז גורם אז די די פארע וואס איז געשאפן געווארן אינעם מאטאר צוליב די היץ ווערט פארוואנדעלט אין פיצקעלע ברעקעלעך וואסער וואס זעט זיך אן אלץ א ווייסע וואלקן הונטערן פליגער.
אויב די לופט אין יענע צייט איז טרוקן, אדער אויב עס איז נישט זייער קאלט דארט הויך, דאן וועט מען געווענליך נישט זען די ווייסע שטריכן אין הימל. דאס איז די הויפט אורזאך פאר די "קאָנטרעילס" וואס די פליגערס לאזן ארויס.
וואס מען קען זען פון דא איז אז מען קען נישט ארויסגעבן פון זיך א זאך וואס מען האט נישט אריינגענומען, און וואס מען האט אריינגענומען וועט מען בהכרך מוזן ארויסגעבן. מען קען זען פון דא ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן אריינצונעמען אין זיך נאר זאכן פון ריינע מקורות, נאר אויסהערן און ליינען וואס ערליכע אידן שרייבן, ווייל זיי געבן ארויס דאס וואס זיי האבן באקומען, און אויב באקומען זייערע זאכן פון די גויים, וועלן זיי בהרכח דאס אויך ארויסגעבן פאר די ליינער. בפרט איז דאס וויכטיג פאר די קינדער, וואס האבן נאך א ריינע פרישע מוח, און אלעס וואס גייט אריין אין זיי מאכט אסאך א שטערקערע רושם.
און די זעלבע זאך פארקערט, א מענטש וואס וועט לערנען דעם הייליגן רבינס ספרים, ער וועט לערנען אשר בנחל און עצתו אמונה, וועט מען דאס הערן פון אים, ער וועט אנהייבן צו רעדן צו זיינע קינדער אויף די שפראך וואס דער הייליגער רבי האט געוואלט, אמונה וועט אנהייבן צו באקומען א חשיבות אין זיינע אויגן, און די דעות פון די גוים וועט אים ווערן פארעקלט. ער וועט אנהייבן כאפן אז וואס די גוי זאגט איז שיין, איז באמת גרויליג, און ווען דער גוי שרייעט אז אויב געבט מען נישט אזא חינוך, און אויב לאזט מען נישט די קינדער ווארטן ביז די 25 צו חתונה האבן איז עס אביוז איז עס פונקט פארקערט. ווען דער גוי איז מתיר דראגס, בלייבט עס נאך אלץ אסור, און ווען דער גוי איז מתיר עבירות איז עס נאך אלץ אסור.
שיקט אריין אייערע שאלות צו askgershon@gmail.com