פארוואס קאסט א פלייט מיט א סטאפ ביליגער?
יד אב תשפ"ו 📝
שאלה:
איך וואונדער מיר וואס דער פשט איז, אז ווען מען פארט קיין אומאן — און בכלל ווען מען פליט — וואס מער סטאפס מען האט, אלס ביליגער איז געווענליך דער פרייז. איך טראכט אז עס וואלט געדארפט זיין פארקערט: צוויי פלייטס זענען דאפעלט ארבעט, און עס וואלט געדארפט קאסטן מער ווי א דירעקטע פלייט.
ל.ש.
ענטפער פון גרשון קרעמער:
דאס איז א זייער גוטע שאלה, און ממש פאסיג יעצט אינמיטן חודש אב, ווען די הכנות צו פארן קיין אומאן גרייכן צום קלימאקס. זייער אסאך האבן שוין געקויפט זייערע טיקעטס, נישט קיין חילוק צי דורך א דירעקטן פלייט אדער דורך א קאנעקטינג פלייט — "איך מוז פארן צום רבי'ן!" אז דער רבי האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט קומען צו אים וועט ער אים מתקן זיין און זיין א מליץ יושר פאר אים ביים יום הדין, ווער קען דען דא בלייבן?
יעצט, ווען מען קויפט די טיקעטס און מען קוקט אויף די פרייזן, שטעלט זיך טאקע א גוטע און ריכטיגע שאלה. די דירעקטע פלייטס קאסטן בערך דאפעלט ווי די טיקעטס מיט סטאפס. וואס איז דער פשט?
דער אמת איז, אז אין א פשוט'ע וועלט וואלט טאקע אזוי געדארפט זיין: ניצן מער עראפלאנען, לופטפעלדער און ארבעטער וואלט געדארפט קאסטן מער געלט.
אבער די עירליינס האבן אן אנדערן סיסטעם. די פרייזן ווערן נישט באשטימט לויט וויפיל ארבעט די עירליין לייגט אריין, נאר ענדערש לויט די עקאנאמישע כללים פון "סופליי און דימענד" (צושטעל און פארלאנג). דאס זענען די הויפט סיבות פארוואס א פלייט מיט סטאפס איז געווענליך ביליגער.
די עירליינס ווייסן אז רוב פאסאזשירן – ספעציעל ביזנעסלייט אדער משפחות מיט קינדער – ווילן אנקומען ווי שנעלער און גרינגער, אן זיך דארפן שלעפן מיט פעקלעך אין נאך א לופטפעלד און האבן די דאגה פון פארפאסן די קאנעקטינג פלייט. האבנדיג דאס אין קאפ, ווייסן זיי אז זיי קענען בעטן מער געלט דערפאר, ווייל מענטשן זענען גרייט צו באצאלן מער פאר דירעקטע פלייטס.
נאך א סיבה איז קאנקורענץ (קאמפעטישן). געווענליך זענען דא ווייניג דירעקטע פלייטס אויף רוב רוטס. געווענליך זענען דאס די נאציאנאלע עירליינס וואס שטעלן צו פלייטס צו זייערע לענדער. (אין אונזער פאל זענען פאראן בלויז געציילטע פלייטס פון "לאט" פויליש עירליינס וואס פארן דירעקט פון ניו יארק קיין פוילן, און עס זענען בכלל נישטא קיין דירעקטע פלייטס פון ניו יארק צו די אנדערע לענדער ווי סלאוואקיי, אונגארן, רומעניע אדער מאלדאווע, וואס גרעניצן זיך מיט אוקראינע). וויבאלד עס איז נישטא צופיל קאנקורענץ, קענען זיי רעכענען מער. אבער אויב ביסטו גרייט צו מאכן א סטאפ, האסטו יעצט גאר אסאך אפציעס וואס קענען דיר טראגן קיין אומאן. דו קענסט נעמען פלייטס דורך ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד, עסטרייך, טערקיי, און אזוי ווייטער. די אלע עירליינס ווילן דיר געבן א גוטע סיבה פארוואס דו זאלסט פונקט זיי נעמען, און דעריבער וועלן זיי שטארק אראפלאזן די פרייזן.
לאמיר אבער נישט פארגעסן פונעם עיקר: מיר פארן נישט צום רבי'ן פאר שוואוילטאג. די נסיעה איז טאקע נישט גרינג, עס קאסט טייער, און אפטמאל דארף מען דורכגיין אויסמוטשענדע סטאפס. אפילו נאכדעם וואס מיר קומען שוין אן קיין אייראפע, דארף מען זיך נאך ספארעווען מיט א לאנגע רייזע פון 10 ביז 20 שעה מיט א קאר אדער א באס ביז קיין אומאן, נאכ'ן פארן אויף איין אדער צוויי פליגערס.
אבער מיר קוקן נישט אויף די אלע זאכן. מיר האבן א "דעיט אין קאורט", און עס ווארט אונז אפ א שווערער משפט. מיר קענען זיך נישט ערלויבן צו פוילעצן און נעמען סתם א לאיער; מיר מוזן האבן דעם בעסטן אדוואקאט! וויבאלד מיר האבן אמונה אינעם אויבערשטן און אמונת חכמים אינעם צדיק, נעמען מיר אונטער די שווערע רייזע, און די נסיעה צאלט זיך אונז אויס בכפל כפליים.
מיר נעמען אהיים פון אומאן גאנצע זעק מיט ישועות, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. מיר פילן אן דעם טאנק מיט אמונה, שמחה, און עצות וואס געבן אונז כח צו קענען לעבן א גאנץ יאר.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.