שאלה: פארוואס קוויטשעט דער ספיקער אויב מען האלט דעם מייקראפאן נעבן אים?
 
ענטפער: שטעל אפ א מענטש, און פרעג אים וואס ענטפערסטו פאר דיין קינד ווען ער פרעגט דיר פארוואס טוט מען אזוי און אזוי, איך האף אז ער וועט דיר זאגן אז ער ענטפערט אים אז ער זוכט נאר צו טון וואס דער אויבערשטער וויל פון אים, און ווען ער האט א ספק פרעגט ער א רב וואס צו טון.
 
אבער אויב ענטפערט ער דיר אז ער זאגט אים אז ער פרעגט דעם שכן, ער קוקט ארויס אויפן גאס צו קוקן וואס "יעדער" טוט, ווייל מען דארף זיין א "נארמאלער מענטש", האסטו דא באקומען די תשובה אויף דיין שאלה, פארוואס קוויטשעט דער מייק ווען מען דרייט אים אויס צום ריכטונג פונעם ספיקער, איינער רעדט אריין אינעם מייק, דער ספיקער (וואס איז אויסגעדרייט צום מייק) געבט עס ארויס און געבט עס ווידער אריין אינעם מייק, און אין עטליכע סעקונדעס לויפט דער קול העכער און העכער ווי א קעצל וואס לויפט נאך זיין וויידל, און דאס איז דער רעזולטאט דערפון א הויכע גריצלענדען קוויטש וואס מאכט א לאך אינעם אויער...
 
ווען דארף מען חתונה האבן? ווי אלט דארף מען זיין? ווענדט זיך, אויב דרייעט מען זיך צווישן גוים, וועט מען הערן "נישט פאר די פינף און דרייסיג", אין לעיקוואוד וועט מען זאגן מען קען שוין אויסהערן ביי די זעקס און צוואנציג, אין בארא פארק וועט שוין צוואנציג אויך גוט זיין, אין וויליאמסבורג איז נייצן "פונקט גוט" און אין קרית יואל וועט מען זאגן "בן שמונה עשרה לחופה - נישט אזוי שטייט?", דו וועסט פרעגן דיינע שכנים, און באקומען א לאך אין די אויער? אדער וועסטו קוקן אין די תורה, וועסט עפענען א שולחן ערוך און זען וואס דארט שטייט.
 
וויאזוי דארף א "אידישע שמחה" אויסזען? וועמען דארף מען געפעלן? דארף מען געבן "עכטע" צירינג, אדער פאלשע חובות איז אויך גוט? דארף מען ספענדן אויף א גרויסע שיינע זאל, אדער ענדערש האבן הרחבת הדעת אן א לאך אין טאש? פארוואס זאלסטו פרעגן דיין שכן צו זאגן הייסט געלערענט, פרוביר עס אויס און קוק וואס עס וועט טון מיט דיר.
 
אויב וויל מען פארמיידן דעם מייק פון קוויטשען האלט נישט דעם מייק נאנט צו די ספיקערס, נידער דעם מייק'ס סענסיטיוועטעט, נוץ א מיקראפאן וואס איז א "דירעקשאנעל מייק" וואס נעמט די קול נאר פון איין ריכטונג.