שאלה: איך פארשטיי פארוואס אין לשון הקודש שרייבט מען ט"ו פאר פופצן ווייל מען וויל נישט שרייבן דעם אויבערשטנ'ס נאמען, אבער פארוואס ביי זעכצן שרייבט מען ט"ז?
 
תשובה: דער שאלה איז זייער א גוטע, דער שרייבער פון די שורות האט זיך לאנג געמוטשעט צו טרעפן א תשובה, און באמת אחרי ככלות הכל האב איך נישט קיין קלארע תשובה דערויף.
 
באמת איז די שאלה נאך שטארקער, ווייל מען זעט אין פילע פריערדיגע ספרים וואס שרייבן ט"ו און י"ו, אריינגערעכעט אין ליקוטי הלכות, און פון די אנדערע זייט קען מען ממש נישט טרעפן היינט איינער וואס זאל נישט שרייבן ט"ו און ט"ז.
 
זוכענדיג פאר א תשובה האט אונז איין תלמוד חכם געזאגט אז עס זעט אים אויס אז דאס איז פשוט א פראקטישע זאך, עס זאגט זיך בעסער ט"ז נאך ט"ו, והא ראי' מען זעט פארשידענע פריערידגע האבן אמאל געשריבן אזוי און אמאל אזוי, אבער ט"ו האבן אלע געשריבן.
 
אנדערע האבן געוואלט זאגן אז עס איז דא עפעס א קפידה דערויף וויבאלד ביידע אותיות פון י' און ו' ווערט גענוצט ביים אויבערשטענ'ס נאמען, און צוליב דעם שרייבט מען עס אזוי. אבער למען האמת האב איך נישט געטראפן קיין קלארע תשובה דערין. און אדרבה מיר בעטן די חשובע ליינער זאלן אונז ארויסהעלפן און אויסקלארן דער ענין דורך שיקן א טעקסט צו askgershon@gmail.com.
 
וואס עס איז אונז נוגע למעשה איז די חשיבות פון אפילו נאר שרייבן דעם אויבערשטנעס נאמען אפילו ברמז. פון דעם קענען מיר עפעס פארשטיין די חשיבות ווען א איז זאגט ארויס אפילו נאר איין ווארט צום אויבערשטן. א מענטש וואס שפירט זיך ווייט, ער שפירט זיין הארץ איז אים פארשטאפט, ער האט נישט וואס צו רעדן צום אויבערשטן, ער איז פארמאכט, זאלסטו זאגן אפילו נאר איין ווארט "באשעפער", אדער וויאזוי דו שפירסט באקוועם, "טאטע", "גאט", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא". דו ווייסט וואס פארא חשיבות עס פארמאגט? דאס וועט עפענען פאר דיר אלע טויערן, דער אויבערשטער איז זיך משתשע מיט דיר. פאר א משל קענסטו זיך פארשטעלן ווי דיין קליין קינד וואס האט קוים אנגעהויבן צו רעדן זאגט צום ערשטן מאל "טאטא", אפילו עס איז אומקלאר און שטומפיג, קיינער פארשטייט נישט וואס ער זאגט, אבער דו, זיין טאטע, וואס פארא תענוג איז עס, דו קענסט קוים ווארטן אז דער קליינער זאל "נאך איינמאל" זאגן "טאטי".
 
אונזער טאטע ווארט מיר זאלן אים רופן. גיי צו אים, ער האלט זיין הענט אויסגעשטרעקט צו דיר מיט ליבשאפט. גיי צוריק צו אים.
 
איר קענט שיקן א שאלה צו askgershon@gmail.com.