א הערליכע זומער איז דורך אין מחנה תפארת התורה
א אלול תשע"ט 📝
נאך צוויי לעכטיגע חדשים וואס די בחורים האבן זוכה געווען צו זיין אין קעמפ, און זיך אנגעפילט מיט תורה ותפלה און יראת שמים מיט התחזקות, פארן די בחורים יעצט צוריק אין שטאט, און נעמען מיט אלעס וואס מען האט זיך איינגעזאפט אין די זומער צווישן די בערג צו די שטאט, צו ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עז מיט די אלע הייליגע לימודים וואס מען האט אריינגעכאפט אין קעמפ.
דער יעצטיגער זומער איז געווען גאר א ספעציעלער זומער, די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט און זיך אנגעפילט מיט תורה, עבודה און יראת שמים. טויזנטער פרקים משניות און בלעטער גמרא זענען געלערנט געווארן אין קעמפ, אויסער די פילע אנדערע שיעורי תורה וואס די בחורים האבן אריינגעכאפט. עס פארט זיך אהיים גאר אנדערש וויסענדיג אז מען נעמט עפעס מיט אין די האנט, מען פארט אהיים אנגעפולט מיט תורה ועבודה.
יעצט הייבט מען שוין אן דעם סדר הלימודים אין ישיבה אין וויליאמסבורג, און זיך גרייטן צו די געהויבענע נסיעה צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה אין אומאן, די גאנצע ישיבה וועט אי"ה פארן אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה, זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר, און זוכה זיין צו די אלע גוטע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה.
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!