א שרעקליכער אינצידענט האט זיך אפגעשפילט אין א געז סטעישאן אין קורדיסטאן. עס האט אויסגעבראכן א גרויסע מלחמה צווישן די גענגס. מ'האט זיך פיזיש געשלאגן. פלוצלינג איז איינער ארויסגעקומען, אן אימיגראנט אן אנטלאפענער פון א פרעמדע מדינה, ער האט געזען וואס דא גייט פאר, ער טראכט נישט קיין צוויי, ער כאפט אן די געז פייפ, גיסט אן אויף אלע פארברעכער, און אזוי האט ער געראטעוועט א מיידל וואס איז דארט געשטאנען און אומשולדיגערהייט פארכאפט געווארן צווישן די פארברעכער. דער אימיגראנט איז גראדע געווען אן אידיש קינד, אן אייניקל פון גדולי ישראל, אבער איז נעבעך אויפגעצויגן געווארן אין א גוי'ס שטוב אונטער גאר שווערע אומשטענדן.
 
דאס מיידל, וועלכע איז געווען א טאכטער פון איינעם פון די הויפט אימאמס אין שטאט, האט זיך באפריינדעט מיט'ן אידישן בחור, און צום סוף האט ער נעבעך חתונה געהאט מיט דעם אימאמ'ס טאכטער דארט אין קורדיסטאן. פארשטייט זיך, קיינער פון זיין משפחה איז נישט געקומען צו דער חתונה.
 
לאמיר אביסל צוריקדרייען דעם זייגער און פרובירן צו פארשטיין די היסטאריע וואס איז דורכגעגאנגען אויף דעם אידישן בחור אז ער איז אנגעקומען צו אזא לאגע.
 
נאך איידער ער איז געבוירן, האבן זיך זיינע עלטערן נעבעך צוטיילט, זיי זענען געווען סעפערעיטעד פאר א שיינע שטיק צייט, אבער נאך א וויילע זענען זיי ב"ה צוריקגעגאנגען, און אביסל שפעטער איז דאס קינד געבוירן געווארן.
 
עס איז נישט דורכגעגאנגען א קורצע צייט נאך זיין געבורט, און די טשיילד פראטעקשאן סערוויסעס האבן זיך אריינגעמישט, און מיט אכזריות צוגענומען דאס קליינע קינד - זלמן - פון די שויס פון זיינע צובראכענע עלטערן. די רעגירונג האט נישט געוואלט געבן קיין שום רעכטן פאר די עלטערן, נישט קיין וויזיטעישאנס, גארנישט, אפילו נישט צו וועמען דאס קינד זאל גיין. ווי אומגלויבליך דאס הערט זיך, איז דאס קליין שעפעלע אנגעקומען אין א מוסלמענע שטוב וואו ער איז אויפגעצויגן געווארן צווישן גוים.
 
די שטיף-עלטערן האבן, פארשטייט זיך, נישט געוואלט רופן דעם קינד מיט אן אידישן נאמען, און האבן אים תיכף געטוישט זיין נאמען צו א מוסלמענעם נאמען, אבער דער קליינער מוסא האט דארט בכלל נישט געלעקט קיין האניג. ער איז דורכגעגאנגען גאר אסאך אביוז ביי זיינע אראבישע "עלטערן" וואס האבן אים בכלל נישט ליב געהאט.
 
ווען ער איז אנגעקומען צו זיינע טינעידזש יארן, האט דער אינגער מוסא זיך פארטשעפעט מיט א הויכראנגיקן סארדזשענט, און נאך א העפטיגן געפעכט האט דער בחור'ל דער'הרג'עט דעם פאליציאנט. טראץ זיינע באמיאונגען צו באהאלטן זיינע שפורן, האט די עף-בי-איי זיך אריינגעלייגט אינעם קעיס און זיי זענען דערגאנגען ווער דער מערדער איז. דאן איז געלונגען פאר מוסא צו אנטלויפן - ווי אויבן דערמאנט קיין אוזבעקיסטאן, וואו ער האט געהייראט נעבעך דעם אימאם'ס טאכטער.
 
דער מוסא - לאמיר אים בעסער רופן אזוי ווי ער איז באקאנט ביי אונז "משה", "משה רבינו" - איז צוריק געקומען קיין מצרים נאך אכציג יאר. ער האט זיך דערהאלטן, ער איז געבליבן שטארק, ער איז געבליבן מיט תפילה, און ער איז אויסגעוואקסן דער הייליגער רועה נאמן, "ולא קם נביא בישראל כמשה" - דער טייערער פאסטעך פון כלל ישראל. יעצט אין די ימי שובבי"ם ליינט מען די סדרות ווי משה רבינו האט ארויסגענומען די אידן פון מצרים.
 
משה וואלט רואיג געקענט זאגן, "רבותי, איך בין געווארן געפערליך אביוזד, מען האט מיר באשולדיגט, פארשעמט, איך האב 'בעק פייער', איך דארף הילינג, איך בין דורכגעגאנגען שווערע טראומע, איך בין טראומאטייזד פון די אלע שווערע יארן פון מיין לעבן, איך האב געסטראגלט."
 
אבער ניין, ער האט זיך דערהאלטן. מיט אמונה און בטחון איז ער נישט נאר נישט געווארן שוואך, נאר וויבאלד ער האט מיטגענומען דעם אויבערשטן מיט זיך, אפילו - ווי דער מדרש דערציילט - ווען ער איז געזעסן אין תפיסה צען יאר ביי יתרו, האט יתרו געזען ווי ס'שטייט א איד און ער רעדט צום אייבערשטן.
 

תפילה, דאס וועט דיר אויך באגלייטן אין אלע אומשטענדן, און יא, אויך דו קענסט אויסוואקסן א רועה נאמן. זאג נישט, "איך בין דערנאך, ס'איז נישט מעגליך." ביים אייבערשטן איז אלעס מעגליך.