נעכטן זונטאג איז אריינגעקומען די נייעס איבערן אומקום פונעם איראנער פרעזידענט איבראהים ראַאיסי ימח שמו (63 יאר אלט), צוזאמען מיטן אויסערן מיניסטער און נאך אנדערע הויכע באאמטע, נאכדעם וואס זיין העליקאפטער האט אראפגעקראכט ביים אדורכפארן א שווערן נעפל. אין די יעצטיגע טעג גייען אן העפטיגע זוכערייען נאך די העליקאפטער אין וואס דער איראנער פרעזידנעט ראַאיסי האט גערייזט צוזאמען מיט נאך הויך ראנגיגע באאמטע פון די איראנער רעגירונג.
 
אנגעהויבן האט זיך עס וועט א דעלעגאציע פון די איראנע העכסט ראנגיגע רעגירונגס פירער האבן זיך ארויסגעלאזט צו א רייזע צום דערנעבנדיגע אוזבעקיסטאן, ווען זיי זענען געכאפט געווארן אינעם בעריגן ראיאן אין א שווערע וועטער אין וואס מען האט פארלוירן קאנטאקט מיטן דעלעגאציע.
 
עס האבן זיך ארומגעדרייט פילע שמועות איבער די סיטואציע, עס האט גענומען זייער לאנג צו באשטעטיגן אז דער פרעזידענט איז אומגעקומען אין א קראך, עס זענען געווען אנדערע וואס האבן פרובירט צו פארשפרייטן נייעס כאילוא נאך עטליכע זוך העליקאפטער האבן געקראכט אין די שווערע וועטער. די אלע זאכן קענען אבער נישט באשטעטיגט ווערן, בשעת די איראנער רעגירונג שטייט אליינס צומשיט און ווייסט נישט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, טוען זיי אבער שטרענג אנווארענען זייערע בירגער איבער ארויסגעבן "מיסאינפארמאציע" (אין געווענליכע פעלער מיינט דאס פאלשע אינפארמאציע, אבער אין דעם פאלן מיינט דאס אינפארמאציע וואס עס שמעקט זיי נישט....).
 
בשעת מיר לאזן די איראנער זיך ספראווען מיט זייערע גאר ערנסטע דאגות קענען מיר אבער אריינטראכטן וואס מיינט דאס "אמת'ע אינפארמאציע" און וואס מיינט "שקר"; מאנכע וועלן שרייען אז נאר זייער מנהיג און בלויז זייער דרך איז דער אמת, און אז די גאנצע וועלט מוז זיך איבערדרייען און ווערן ווי זיי. די איראנער שרייען דאס שוין יארן. אלע וואס ווילן נישט מיטגיין מיט זייער גלויבן, און אננעמען זייער נביא שקר, איז מחויב מיתה בידי אדם. צי דורך סקילה, שריפה הרג אדער חנק, נישט קיין חילוק, אלא אכבאר, און אלע וואס גלויבן אנדערש זענען כופרים און אפיקורסים.
 
וואס טוט זיך ביי אונז? מיר זענען דען בעסער? מוהרא"ש פלעגט זאגן אז איין זאך איז קלאר אמת, אמת איז נוטריקון "אהי' מת" איין טאג וועלן מיר דארפן איבערלאזן די וועלט און געבן א דין וחשבון פאר'ן באשעפער וואס מיר האבן געטון אין אונזער לעבן. און אויב לעב איך מיט דעם, איך רעד פון באשעפער, און טראכט פון באשעפער, און טו תשובה צום באשעפער, איז נישט קיין חילוק צי איך בין פון אשכנזישער אפשטאם, צו ספרדישע אפשטאם, תימן אדער בוכארע, בין איך ביים אמת, אויב ביים ליטווישן ראש ישיבה לערן איך תורה, און דאווען צום באשעפער בין איך ביים אמת, אויב בין איך אין פראקרייך און דארט לעבן איך מיט'ן באשעפער בין איך אין גוטע הענט. דער הייליגער רבי קומט נישט אוועק נעמען א מענטש פון זיין חסידות אדער קרייז, דער רבי נעמט בלויז דעם מענטש און דערמאנט אים ער זאל טון די אלע גוטע זאכן, זיין מסורה און מנהגים, זיינע ניגונים און נוסחאות, און עס טון מיט א שמחה של מצוה, און זיך קאנעקטן צום באשעפער. ווייל איבעראל ווי מען דינט דעם באשעפער, איז דארט די אמת.