אין די טעג - ווייניגער פון צוויי חדשים איידער מיר וועלן זוכה זיין נאך די אלע תפילות אנצוקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן - האט מען אנגעהויבן נעמען געלט פאר די זיצן אינעם בית המדרש אינעם בנין היכל הקודש אין אומאן, ווי מען וועט קענען מיטהאלטן די געהויבענע תפילות ביים ראש הישיבה שליט"א ווי ער גיסט זיך אויס דאס הארץ אלץ שליח ציבור און איז אלעמען מעורר צו תשובה.
 
אזוי ווי עס איז דא א גרויסע מאנגל אין זיצן, ווערט מען געבעטן זיך צו מעלדן וואס פריער, ווייל כדי צו אנהאלטן די חזקה זיצן פון פאריאר וועט מען דארפן אויסצאלן דעם זיץ ביז חמשה עשר באב, און פון ראש חודש אלול הבעל"ט וועט מען עפענען די זיץ פארקויפונגען פאר כל הקהל הקודש, און צוליב דעם גרויסן פארלאנג וועט מען מוזן אננעמען דעם כלל פון "כל הקודם זכה".
 
אנשי שלומינו האבן א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די זיצן גבאי מו"ה נחמן נתן הי"ו וואס געבט זיך אוועק דערפאר שעות און קאפ וויי שלא על מנת לקבל פרס, פשוט צו העלפן אנשי שלומינו.
 
אבער עס דארף באטאנט ווערן אז עס זענען דא צענדליגע אינגעלייט און בחורים וואס טייל קען מען זען, און אנדערע העלפן אונטער די קוליסן, סיי א גאנץ יאר, און בפרט אין אומאן, אין קאך, אנפירן מיט די גוים, טיילן דאס עסן, מסדר זיין די מקוה, מסדר זיין צימערן, און נאך צענדליגע גרויסע און קליינע זאכן.
 
ווען מיר קומען אן קיין אומאן, זענען מיר גוט אפגעמוטשעט פון די לאנגע וועג, מען וויל כאפן א דרימל, זיך אויפפרישן, עפעס עסן, גיין צום ציון וואס מער מען קען, און די איבעריגע צייט וויל מען לערנען די לימודים, יעדער האט פילע שיעורים וואס מען וויל נישט פארפאסן. און דערפאר האבן מיר א גרויסע הכרת הטוב פאר די אלע וואס העלפן, ווייל אויך זיי ווילן זיך אביסל אפרוען, זיי ווילן אויך גיין צום ציון אדער לערענען, אבער זיי רייסן אוועק פון זיך און געבן זיך אוועק לטובת הכלל והפרט.
 
צוריק צום ענין - יעצט נעמט מען געלט "נאר" פון חזקות, ביז חמשה עשר באב הבעל"ט, און די אלע וואס ווילן באצאלן זאל וואס שנעלער זיך צו פארבינדן מיט ר' נחמן נתן. דאס בעסטע איז יעדע דאנערשטאג נאכט, תיכף נאכ'ן שיעור פון ראש ישיבה, אדער קען מען אים רופן אויף 347-404-8738.
 
פון ראש חודש אלול און ווייטער וועט מען מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף קענען קויפן אלע זיצן וואס זענען נישט געקויפט געווארן, סיי די וואס האבן געהאט חזקות און סיי דער וואס וויל יעצט קויפן דעם ערשטן מאל.