די פארקערטער אותיות פון ם' און ס'
כט אייר תשפ"ה 📝
שאלה: ווי באקאנט זענען דא אותיות מרבעות, (אפשר הייסט עס "לשון הקודש אותיות"), "רש"י אותיות", און "געשריבענע אותיות", וואס ביי אונז אין חדר האט מען עס גערופן "אידישע אותיות". וואס איך וואונדער זיך איז אזוי: פארוואס זענען די אותיות "ס" און "ם" ממש פארטוישט צווישן די "אידישע אותיות" און "רש"י אותיות" - די "ס" פון אידיש איז די "ם" פון רש"י, און די "ם" פון אידיש איז די "ס" פון רש"י. אזוי אויך וויל איך וויסן וואס איז די ריכטיגע וועג צו רופן די אלע דריי סארטן אותיות, און פון וואו עס שטאמט.
ענטפער: זייער אן איטערעסנאטע פראגע. א מלמד האט מיר טאקע אמאל געזאגט אז ער מוטשעט זיך אין חדר אויסצולערענען די קינדער די "ס" מיט'ן "ם" צוליב וואס זיי זענען פארטוישט. דער אויבערשטער האט מיר דאן חונן דעת געווען, איך האב אים געזאגט אז ער קען זאגן פאר די קינדער אז די "אידישע אותיות" זענען בערך ווי די "לשון הקודש אותיות", דער "ס" איז רינדיג, און דער "ם" האט אן עק וואס דערמאנט דער "ם". און ביי די רש"י אותיות זענען ביידע אותיות די זעלבע, אבער ביים "ס" איז דא א "ס'ימן" צו וויסן אז דער איז דער "סמך"...
יעצט צו דיין פראגע פארוואס זיי זענען פארטוישט, דאס איז ווייל זיי זענען אנטוויקעלט געווארן אין גאנץ אנדערע פלעצער. די "כתב רש"י" איז אנטוויקעלט געווארן אין שפאניע און אין איטאליע פאר הונדערטער יארן צוריק, און איז גענוצט געווארן פונקט ווי די "אידישע" אותיות אלץ א וועג צו שרייבן אויף א גרינגע וועג. דער סיבה פארוואס עס האט באקומען דער נאמען "רש"י אותיות" איז ווייל אינעם ערשטן דרוק האט מען געדרוקט דעם פירוש רש"י מיט בערך די אותיות (די אותיות זענען אביסל פארדרייט געווארן פונעם אריגנעל ווען מען האט עס געוואלט צופאסן מען זאל עס גרינג קענען דרוקן), מיט'ן ציל עס זאל זיין גרינג צו פונאדערשיידן רש"י פון די גמרא. (מען האט נאך דאן נישט געקענט דרוקן אזויפיל סארטן אותיות ווי היינט מיט א דרוק פון א קנעפל...)
די "אידישע אותיות" זענען אבער אנטוויקעלט געווארן אין בערך די זעלבע תקופה אבער אין די אשכנזישע לענדער, אין די זעלבע צייט וואס די שפראך אידיש האט זיך אנטוויקעלט. דאס איז אויך גענוצט געווארן - און ווערט נאך אלץ גענוצט - בעיקר צו שרייבן.
די ביידע פלעצער זענען זיך כמעט נישט צוזאם געקומען אין יענע צייט, און דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז ביידע זאלן נעמען בערך די זעלבע זאך נאר פארקערט פאר די צוויי אותיות.
ווען מען שרייבט א ספר תורה, אויב לאזט מען אויס איין אות איז דער ספר תורה פסול. דער ספר תורה מוז האבן אלע ששים ריבוא אותיות, מיר זענען אויך אזוי, דער אויבערשטער דארף יעדן איד. נישט קיין חילוק ווי נישטיג דו שפירסט זיך ביסטו א חלק פונעם ספר תורה וואס שטעלט צוזאם כלל ישראל, און דו ביסט א וויכטיגע חלק דערפון. מאך דיך נישט אוועק, אפילו דו ביסט ווי דו ביסט קענסטו נאך אלץ צוריק קומען.
וויאזוי זאל מען זיי רופן? די אותיות וואס מען לערנט אין כתה א', קען מען רופן "אותיות מרובעות" (זיי זענען מער געקעסטלט), אדער "דרוק אותיות" (אין אלגעמיין נוצט מען די אותיות ביים פרינטן). "רש"י אותיות" איז איבעראל אנגענומען עס צו רופן אזוי; און די אותיות וואס מיר שרייבן, רופט מען טייל פלעצער "אידיש אותיות", צוליב וואס דאס איז געווען די שריפט וואס אידן במשך אסאך דורות האבן גענוצט צו שרייבן אידיש, עס איז דא וואס רופן עס "כתב אשכנזי", און אנדערע רופן דאס "שרייבן אותיות" אדער "כתב יד אותיות", צוליב וואס דאס נוצט מען ביים שרייבן.