די טאון אף ליבערטי האט געמאלדן איבער פארשידענע ארבעט וואס ווערט דורגעפירט אין די טעג אין בעפארברייטונג צום ווינטער, און זיי האבן געבעטן אז מען האבן פארשטענדעניש און מען זאל קאאפערירן מיט די ארבייטער וואס וועלן קאנטראלירן די טרעפיק בשעת די ארבעט.
 
צו ערשט ווערט אין די יעצטיגע טעג איבערגעמאכט דער בריק ביי איסט מאנגאופ ראד נאך די האשקי גאס, אויך האבן זיי געלאזט וויסן אז ביים איסט מאנגאופ ראוד הארט נאכן בריק האט מען באשטעלט א ספעציעלע שטארקע אייזערנע צוים וואס מען לייגט ביי די זייט פון די ראודס ביי געוויסע פלעצער צו פארמיידן מען זאל נישט אריינפאלן ביי די זייטן פונעם ראוד, וואס איז שטארק וויכטיג דא, צוליב דעם טיפן טאל גלייך ביים זייט פונעם ראוד.
 
טראצדעם וואס דער צוים איז שוין געווארן באשטעלט א לאנגע צייט צוריק, איז עס נאך נישט אנגעקומען ביז יעצט צוליב וואס ווערט געמאכט קאסטום און דאס נעמט אסאך צייט ביז דער פירמע ענדיגט דאס צו מאכן און דעליווערט דאס, אבער ב"ה יעצט געבן זיי איבער אז אין די נאנטע טעג ערווארט מען אז עס זאל וועט עס אנקומען, און מען וועט עס תיכף דערויף אינסטאלירן
 
יהי רצון שתולכינו לשלום, ותחזרינו לשלום