די פארשידענארטיגע מאסן פון די אמעריקאנער מטבעות
יד טבת תשפ"ה 📝
שאלה: פארוואס זענען די סייזעס פון אמעריקאנער מטבעות נישט אין א רייע, די קלענסטע איז די דיים, נאכדעם קומט דער פעני, נאכדעם דער ניקל און דערנאך דער קוואדער?
ענטפער, די מאסן פון די מטבעות גייען צוריק זייער אסאך יארן, וואס דאן זענען די מטבעות ווערט געווען לויט די מאטריאל פון וואס זיי זענען געמאכט געווארן. מען קען עס אויך זען אביסל פון זייערע נעמען, די פעני (וואס הייסט אפיציעל "צענט" אין אמעריקע, נאר האט "געבארגט" דעם נאמען פונעם פעני מטבע אין ענגלאנד וואס זעט אויס זייער ענליך) פלעגט מען מאכן פון קופער - א ביליגע מאטריאל, האט עס געמוזט זיין גענוג גרויס צו זיין ווערט עפעס. דער ניקל האט מען געמאכט פון א צווייטע ביליגע מאטריאל "ניקל" (און דערפאר רופט מען עס אזוי) וואס אין דער מאס איז עס געווען גענוג ווערט. דער "דיים" (וואס מיינט א "צענטל" אין אלט פראצויזיש) פלעגט געמאכט ווערן פון 90% זילבער, און דערפאר האט עס געמוזט זיין אזוי קליין, ווייל זילבער איז אסאך טייערער פון קופער און ניקל. דער "קוואדער" (וואס מיינט א פערטל) איז פונקט מיט 2.5 מאל שווערער פונעם דיים, ווייל אזויפיל איז עס ווערט.
די ווערט פון מטבעות האבן היינט בכלל נישט צו טון מיט זייער אייגענטליכע ווערט. היינט מאכט מען עס בלויז אויסזען ווי די אמאליגע מטבעות. דער פעני מאכט מען שוין היינט נישט פון קופער מען מאכט עס פון א מעטאל וואס איז אסאך ביליגער "זינק", נאר א גאר דינע שיכט ארום באשטייט פון קופער (כדי עס זאל אויסזען ווי די אמאליגע קופערנע פעניס), אבער מיט דעם אלעם ווען מען צולאזט דעם פעני וועט עס ווערט זיין מער פון דער אייגענטליכער מטבע. די ווערט פון א פעני איז היינט בערך 2 ביז 3 צענט.
דער ניקל באשטייט היינט פון דרייפערטל קופער, און א פערטל ניקל. אויך דער ניקל איז ווערט מער פון זיין שוויות, די מעטאל פונעם ניקל איז ווערט בערך 7-8 צענט ווען מען צולאזט עס.
דער דיים באשטייט היינט פון איבער נייציג פראצענט קופער, און די איבעריגע איז ניקל. די ווערט פונעם דיים אליינס איז בערך 2-3 צענט.
דער קוואדער מאכט מען פון די זעלבע זאך ווי דער דיים, און איז ווערט בערך 7 צענט.
דאס מיינט אז די מטבעות זענען אזויפיל ווערט נישט ווייל מען קען עס פארקויפן פאר אזויפיל געלט, נאר ווייל די רעגירונג האט געזאגט אז דאס איז זייער שוויות, די זעלבע זאך ווי דער היינטיגער דאלער וואס איז בלויז א שטר - א טשעק וואס זאגט אז פלוני פארמאגט א דאלער.
ביים אויבערשטן ארבעט עס אנדערש. עס העלפט נישט די שיינע פיקטשערס אין די מאגאזינען, דאס אז דער צייטונג שרייבט אויף מיר שיינע טיטלען הרב הגאון הצדיק הקודש הייבט נישט מיין ווערט אין הימל, אבער די זעלבע זאך פארקערט; ליידער איז צניעות אראפ געקוקט, רעדן צום אויבערשטן איז פארשעמט, אבער דאס טוישט נישט זיין וועליו. מען קען נישט נעמען אביסל זינק און עס צודעקן מיט זילבער און יעצט איז עס שוין ווערט ווי זילבער, עס ווענט זיך בעיקר אינעווייניג.
מענטשן זענען געוואוינט צו זאגן אז "מען זעט אויף אים אז ער איז אן ערליכער איד", מוהרא"ש זי"ע פלעגט אבער זאגן אז מען קען נישט דערקענען אן ערליכער איד. עס איז באקאנט אויף פילע ערליכער אידן האט מען נישט געזען גארנישט פון דרויסן. דער קדוש אלוקי דער הייליגער סאטמארע רבי זי"ע האט מען גארנישט אנגעזען פון דרויסן, ער האט נישט געמאכט קיין תניעות, ער האט זיך נישט געשאקעלט מאדנע, וכדומה. די זעלבע זאך מוהרא"ש זי"ע האט זיך געפירט זייער פשוט, מען האט גארנישט אנגעזען פון דרויסן, ער איז אלץ ארום געגאנגען פרייליך מיט א שמייכל - אבער דער מח איז דאס וואס עס מאכט אויס.
מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן אז אינווייניג זאלן מיר באשטיין פון גאלד פון זילבער, מיר זאלן טראכטן אלעמאל פון אויבערשטן, אייביג זאלן מיר טראכטן וואס וויל דער אויבערשטער פון מיר, וואס איז חשוב ביי אים זאל ביי אונז זיין חשוב. נישט גאלד נישט זילבער, נישט געלט און נישט טשעקס.
אין מלווין לו לא לאדם אלא מצוות ומעשים טובים