פארשריט אויפן נייעם אלבום וואס וועט זיין ספעציפיש פאר פרויען
ג כסלו תשפ"ה 📝
אזוי ווי ביז יעצט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעגעבן שוין פילע הערליכע מוזיק אלבומס פון וואס די אידישע וועלט האט זיך מחי' געווען, און ארויסגענומען חיזוק און הדרכה אויף למעשה, ארבעט מען יעצט אויף א פרישע אלבום. דער אלבום, אזוי ווי פילע פריערדיע ווערט אראנדזשירט דורך דער מייסטער אראנדזשירער מו"ה סענדי ראטה הי"ו מיט די הילף פונעם באקאנטן בעל מנגן מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ו. אבער דאס מאל קומט א חידוש, דער אלבום וועט קעיטערן ספעציעל פאר די חשובע פרויען.
עס איז אמת אז יעדער איינער קען נוצן חיזוק אין אמונה, תפלה, שלום בית, און אזוי ווייטער, אבער פילע ענינים וואס די פריערדיגע אלבומס האבן גערעדט האבן מער גערעדט צו מענער, און די פרויען האבן געבעטן אז מען זאל זיי אויך געבן אן אלבום. דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן פאר דעם נייעם אלבום הערליכער הארציגע גראמען, וואס מען וועט ווי אייביג רעדן פונעם אויבערשטן, אז ער איז אלץ דא מיט אונז, און פון תפלה, מידות טובות און אזוי ווייטער, וועלן זיי אויך רעדן איבער ענינים וואס זענען נוגע בעיקר פאר פרויען און מיידלעך, צום ביישפיל צניעות, זיך שערן די האר נאך די חתונה, און טרעפן דעם אויבערשטן אין די טאג טעגליכע שטוב ווערטשאפט.
אזוי ווי ביז היינט, שפארט מען נישט קיין צייט כח און געלט, מען נעמט די בעסטע שפילערס וואס מען קען, יעצט איז דא געווען צוגאסט א מייסטער גיטאריסט פון ארץ ישראל וואס זיין נאמען וואס פיגורירט שוין אויף חסידישע אלבום פאר צענדליגע יארן, אלס א גיטראריסט וואס ספעציאלירט זיך אין די חסידישע סטיל מוזיק. אין ארץ ישראל האט ער שוין ביז יעצט רעקארדירט כמעט אלע ניגונים, אבער יעצט אז איז ער געווען אין ניו יארק אויף א באזוך, האט מו"ה סענדי הי"ו אויסגענוצט די געלעגענהייט און ער איז אריבערגעגאנגען אין סוטדיא מיט זיין ברודער מו"ה אייזיק הי"ו אין סטודיא און רעקארדירט מוזיק פאר די איבעריגע ניגונים.
מו"ה אייזיק הי"ו פארציילט אז דער גיטאריסט האט אים געזאגט אז ער גלייכט זייער צו ארבעטן מיט זיין ברודער צוליב וואס ער פארשטייט גוט אן עסק ווען עס קומט צו מוזיק, און אייביג קומט ער אויף מיט שעפערישע געדאנקען וויאזוי צו ארויסגעבן הערליכע שטיקלעך.
אויפן אלבום וועט מען אויך בעז"ה ארויפלייגן א הערליכע קינדער כאר, אין באגלייטונג פונעם בחור הפלא שמעון פארקאש הי"ו וואס לייגט אראפ א הערליכע ארבעט, און באנעמט די הארץ מיט זיין מתיקות'דיגע שטימע. אזוי אויך וועט מען הערן די גראמען אריינגעזינגען דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט אראפ זינגען די גראמען פון טיפעניש פון זיין הארץ, און עס וועט זיכער זיין נכנסים אל הלב, און וועט אריינדרינגען אין די הערצער פון די ציהערער, וואס וועלן ארויסגיין דערפון מיט א הרהור תשובה, און עצות און חיזוק אויף למעשה.
די מעלאדיעס אויף וואס די גראמען לויפן זענען פון אלטע הערליכע חסידישע ניגונים, טייל באקאנטע, און צוגאב וועלן זיין עטליכע גאר שיינע אלטע פארגעסענע ניגונים, פון וואס מען וועט זייער הנאה האבן.
נאך די שווערע ארבעט פון עטליכע חדשים, זעט מען שוין ב"ה בסייעתא דשמיא די ליכטיגקייט פון די ענדע פונעם טונעל, די מוזיק פאר די צען ניגונים זענען שוין כמעט פארטיג, מען האפט צו פארטיג ווערן גענצליך נאך אינמיטן ווינטער בסייעתא דשמיא.