מיט פרייד קומען אריין אפדעיטס פונעם וועד העירוב, אז מען האלט אינמיטן די ארבעט פון אויפבויען א מהודר'דיגן עירוב אינעם געגנט פונעם ווילידזש אוו ליבערטי. דאס וועט צוגעבן אסאך הרחבת הדעת פאר די פילע משפחות וואס האבן זיך לעצטנס אריינגעצויגן אין דעם נייעם געגנט. דער עירוב וועט ווערן צוזאמגעשטעלט מיט'ן אלטן שטעטל עירוב, און וועט פאראייניגן אלע איינוואוינער פון אלע געגנטער אין איין גרויס פאראייניגט שטעטל.
 
ווי באקאנט האט דער ראש ישיבה אויפגעשטעלט א הערליכע שטעטל וואס האט זיך אנגעהויבן אין די געגנט פון האשקי רד., וואו צענדליגער משפחות פירן א זיסע לעבן אינעם שויס פון נאטור, ווי מען האט די געלעגעהייט טאג טעגליך צו זען דעם הימל און זיך דערמאנען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.
 
דאס שטעטל האט זיך ב"ה שטארק פארשפרייט לאורכה ולרוחבה, אבער לעצטנס איז דאס שטעטל באדייטנד פארברייטערט געווארן ווען מען האט זיך אנגעהויבן אריינציען אין א פרישן געגנט, דאס מאל איז עס דער געגענט פונעם ווילידזש אוו ליבערטי.
 
דער עירוב פראיעקט איז א המשך פון די פילע באמיאונגען מצד די הנהלה צו צושטעלן אלע געברויכן וואס א אידישע שטאט דארף האבן ברוחניות ובגשמיות. און ווען דער עירוב וועט בעז"ה פארטיג ווערן, וועלן אלע משפחות קענען ארויסגיין, טראגן און ברענגען יעדן שבת; אויך ווען דער ראש ישיבה וועט וויילן דא אויף שבת, וועט מען קענען גיין צווישן אלע געגנטער פונעם שטעטל, אנגעהויבן פון אלד מאנטיסעלא רד. ביזן חדר אויף טשעטנאט סט. בעז"ה.
 
דער פראיעקט איז שטארק פארוויקלט מיט פילע ביוראקראטישע פרטים; מען דארף האבן פארשידענע פלענס און פערמיטס, אבער נאך פיל ארבעט האפט מען יעצט צו ענדיגן אלעס וואס די רעגירונג פאדערט.
 
דער עירוב וועט זיין א צוזאמשטעל פון פארשידענע חלקים: טייל וועלן האבן געהעריגע צורות הפתח, אנדערע חלקים וועלן האבן לחי'ס, און אין אסאך פלעצער וועט עס האבן פולקאמע צוימען.
 
די גאנצע ארבעט ווערט אנגעפירט דורך דעם חשוב'ן וועד העירוב וואס שטייט אונטער די השגחה פון הגאון הרב יחיאל שטיינמעץ שליט"א, א גרויסער מומחה בעניני עירובין, וועלכער שטייט אונטערן גאנצן עירוב אין שטעטל. ער איז ארומגעגאנגען איבערן שטח פונעם ווילעדזש צו פלאנירן די פונקטליכע פרטים, עס זאל זיין אויסגעהאלטן להלכה הונדערט פראצענט. די קאסטן פאר דעם פראיעקט, אריינגערעכנט די פערמיטס און די בוי-ארבעט, ווערן געשאצט אויף בערך זעכציג טויזנט דאלער.
 
אין זכות פון שמירת שבת און שמחת המצוות, זאל מען זוכה זיין צו אלע גוטע השפעות.
 
שמחים לשמרו ולערב עירובו
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.