פארשריט באריכט פונעם האשקי בית המדרש אין שטעטל

כט שבט תשפ"ה 📝
עס טוט זיך העפטיגע ארבעט אונטערן צענטראלן בית המדרש אין שטעטל אויף 181 האשקי ראוד. צענדליגע ארבעטער שטייען אויף זייערע שטעלעס און פירן אויס די פילצאליגע קאמפליצירטע צוגרייטונגען פארן גרויסן נייעם בית המדרש וואס ווערט געבויט גאר געשיקט בסייעתא דשמיא.
ווי שוין באריכטעט האט דער ראש ישיבה אונטערגענומען פאר עטליכע וואכן צוריק דעם גרויסן אונטערנעמונג, פאר וועלכע ער האט זיך אנגעבארגט א מיליאן דאלער, צוליב די גרויסע נחיצות, פון בויען א גרויסן בית המדרש וואס איז שוין א מוז אין די טעג, צוליב די גרויסע צאל איינוואוינער און די פילצאליגע אקטיוויטעטן פונעם בית המדרש.
עס בויעט זיך ב"ה זייער שנעל אויף דער נייער עקסטענשאן וואס וועט אנטהאלטן צווישן אנדערע א גרויסע הערליכע בית המדרש מיט א הויכע דאך פון צוויי שטאק הויך, עס וועט בעז"ה האבן פון ביידע זייטן א גרויסע גאלעריע פאר די פרויען. אין די אונטערשטע שטאק וועט זיין א גרויסע רחבות'דיגע מקוה, מיט דריי בורות, און צענדליגע שויערס פון ביידע זייטן. דער שטאק וועט האבן א גרויסע און ברייטע דירעקטע אריינגאנג פון די גאס, א גרויסע שמש שטיבל וואס וועט צושטעלן די פולע שמש סערוויסעס וואס דער ציבור ווארט, עס וועט האבן אסאך בתי כבוד. די העכערע שטאק ווי עס וועט זיין דער גרויסער היכל הבית המדרש וועט האבן איר צענטראלע גרויסע אריינגאנג מיט א ברייטע לאבי אויף די רעכטע זייט, פונעם לאבי רעכטס וועט מען גיין צום גרויסן נייעם בית המדרש, און לינקס וועט פירן צום יעצטיגן עקזיסטירנדן בית המדרש וואס וועט גענוצט ווערן טעגליך פאר די מנינים שחרית מנחה מעריב, דער יעצטיגער בית המדרש וועט בעז"ה צוטיילט ווערן מיט ווענט, און וועט קענען אקאמאדירן יעדע האלבע שעה א מנין. אזוי אויך וועט מען בעז"ה שטארק פארברייטערן דעם קאווע שטיבל, מיט אלע צוגעהערן וואס פעלט אויס.
דער נייער בית המדרש וועט אין די וואכן טעג גענוצט ווערן פאר א היכל התורה, וואס וועט גענוצט ווערן במשך דעם טאג דורך די לומדי הכולל, און אזוי אויך פאר אלע אנשי שלומינו וואס ווילן א רואיג ווינקל צו לערנען, און נישט געשטערט ווערן פון די מנינים. אזוי אויך וועט מען דאווענען דערין יעדן שבת ויום טוב בעז"ה.
אויפן פארלאנג פון ראש ישיבה שליט"א וועט דער נייער בית המדרש פארמאגן אויף די מזרח וואנט גרויסע שיינע לעכטיגע פענסטער, ווי עס פאסט פאר א מקדש מעט.
אין די לעצטע וואכן האט מען זיך גערוקט מיט גאר גרויסע טריט, מען האט שוין געענדיגט די עקסקעוועישן, אויסגעגראבן די טיפע גרוב אונטערן בית המדרש, מען האט האט געדארפט גראבן זייער טיף צוליב וואס דער נייער בית המדרש וועט זיין א שטאק אראפ, פלוס וואס די בורות פון די מקוה איז נאך א שטאק אראפציר. מען האט געדארפט גיסן זייער אסאך קאנקריט אונטערן אלטן בנין צו אונטערפינען, דאס הייסט אז דער אלטער בנין האט זיך געהאלטן אויף דעם בארג וואס איז יעצט געווארן אוועקגעגראבן, און ווען מ'איז מחבר אזא געביידע צו אן אלטן עקזעסטירנדן דארף מען זיכער מאכן אז די אלטע בנין זאל נישט איינפאלן. און דאס האט גענומען היבש צייט, און עס איז זייער אן אחריות'דיגע ארבעט. ברוך השם אז מ'האט שוין געענדיגט דער חלק, און מ'האט שוין אנגעהויבן גיסן ווענט, זייער הויכע ווענט. אזוי אויך האלט מען שוין טיף אינמיטן די פלאמבינג ארבעט פון אונטער די ערד, וואס מ'דארף פארטיגן איידער מען קען צוגיין צו גיסן די פלאר. מען אינסטאלירט אלע אפלויף און וואסער פיייפס, און ווי נאר מען ענדיגט מיט די פלאמבינג אויף א חלק פונעם שטח, גייט מען תיכף צו צו גיסן די צעמענטענעם פלאר פונעם אונטערשטן שטאק.
מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף האפט מען צו ענדיגן די גאנצע פלאמבינג און פלאר ביז קומענדיגע וואך, און ב"ה די האלץ פאר די פרעימינג איז שוין אויך אנגעקומען, און מיט'ן אויבערשטנס'ס הילף וועט מען זיך נעמען צו די האלץ פרעימינג ארבעט אין די קומענדיגע וואך.
מיר האפן אייך צו האלטן אינפארמירט מיט די לעצטע אפדעיטס אין די קומענדיגע וואכן מיט די פארשריט פון די ארבעט בסייעתא דשמיא. דער אויבערשטער זאל העלפן אז פון דעם בית המדרש זאל ארויסקומען אסאך תורה תפלה, און כבוד שמים.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין