פארשריט ביים נייעם בנין אין אומאן
כה אב תשע"ט 📝
שטיינענדיג שוין ווייניגער פון פינף וואכן ביז מיר וועלן בעזר השם זיך הייבן אין די לופטן צו פליען פון אלע עקן וועלט צום ציון פון הייליגן רבין אין עיר הקודש אומאן, פילן מיר פאר וויכטיג צו האלטן דעם חשובן ציבור אפדעיטעד מיט די פארשריט וואס ווערט געמאכט טאג טעגליך ביים נייעם בנין אין אומאן, ווי הונדערטער אנשי שלומינו וועלן וויילן פאר ראש השנה אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א, ווי מען וועט דאווענען אלע תפילות מיט השתפכות הנפש, און לערנען יעדן טאג די שיעורים כסדר, און עסן די סעודת שבת ויום טוב אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א. אזוי אויך וועלן די קינדער ווערן באגלייט דורך די גאנץ יעריגע איבערגעגעבנע מלמדים, וועלכע וועלן לערנען און דאווענען מיט די קינדער.
יעצט ווען די שורות ווערן געשריבן קען מען שוין ב"ה שרייבן אז מען האט שוין אינגאנצן געענדיגט דעם דאך פון אויבן. די רופינג ארבעט איז שוין ב"ה קאמפליט פארטיג, עס וועט שוין בעז"ה נישט אריינרעגענען פונעם דאך.
אזוי אויך האט מען שוין באשטעלט די פענסטערס פאר די העכסטע צוויי שטאקן (וואס וועט נאך נישט זיין אין באנוץ היי יאר)
אויך איז שוין באשטעלט געווארן די הערליכע שטארקע גלאזענע ווענט פאר די טרעפן צימער פון אונטן ביז אויבן - וואס וועט זיין העליך שיין, עס וועט האבן א ספעציעלע טינט מ'זאל קען געהעריג ארויסקוקן, און אויך וועט די ליכטיגקייט פון די זון הערליכע אריינקומען, אבער פונדרויסן וועט עס זיין ווי א הערליכע שווארצע שפיגל.
העכער די טרעפ וועט אינסטאלירט ווערן א הערליכע זעקס פוסיגע רינדיגע שווארצע שפיגל גלאז, דערויף וועט געלייגט ווערן א הערליכע גאלדענע "ברסלב קרוין", וואס וועט צוגעבן א פראכט צום בנין.
יעצט ווערט אריינגעלייגט אסאך ארבעט אין די קאך, עס ווערן אינסטאלירן געהעריגע קאמערציאלע סינקס, עס ווערן געבויט געהעריגע שעלפס, און אזוי ווייטער.
אזוי אויך ארבעט מען יעצט פעסט אויף די פערטע שטאק (די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן, וואס גייט היי יאר בעז"ה באנייט ווערן), מלייגט ווייטער די טיילס, עס ווערן אינסטאלירט די טירן, עס ווערן געצויגן עלעקטריק און פלאמבינג, און דערנאך וועט מען בעז"ה פעינטן.
הראש השנה שלי עולה על הכל
בילדער פון די ארבעט
א הארציגע מוזיק ווידיא איבער די גרויסקייט פון זיין ראש השנה אין אומאן