ווי באקאנט פלעגן אנשי שלומינו זיך פירן צו געבן פאר מוהרא"ש יעדעס יאר אום ערב ראש השנה אין אומאן "פדיון נפש", אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רי"ד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון.
מוהרא"ש האט געזאגט אז די גרעסטע צדקה וואס עס איז פארהאן איז צו געבן געלט צו קענען מער און מער פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, דאס איז די בעסטע וועג ווי אזוי מחי' צו זיין מענטשן, און דאס בלייבט פאר די מענטשן אויף אייביג. דעריבער פלעגט מוהרא"ש נוצן די געלט פון די פדיונות אויף צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און צו בויען דעם רבינ'ס מוסדות, צו קענען מיט דעם ווייטער פארשפרייטן דעם רבינ'ס אור אויף דער וועלט.
דאס יאר וועלן אנשי שלומינו ווייטער געבן "פדיון נפש" אין אומאן פאר דעם זעלבן צוועק, מען וועט קענען געבן דעם "פדיון נפש" פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ערב ראש השנה אין אומאן, מ'קען זען די זמנים פאר פדיון נפש אין אומאן אין א באזונדערע קעסטל אינעם גליון, ווי אויך וועט זיין טישלעך ביים ציון הקדוש און אויף די הויפט גאסן אין אומאן, וואו מ'וועט קענען געבן די פדיון נפש.
דאס ארויסהעלפן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, איז די בעסטע הכנה צום הייליגן ראש השנה.
פדה בשלום נפשי!
 
מ'קען אויך מנדב זיין פאר פדיון נפש דא אויפן וועבסייט