ווי ס'איז באקאנט האט אונז דער הייליגער רבי אנגעזאגט אז מיר זאלן קומען צו זיין ציון קיין אומאן יעדעס יאר אויף ראש השנה. דער רבי האט צוגעזאגט אז ווער ס'וועט קומען צו אים אויף ראש השנה, וועט ער ארבעטן פאר אים און אויספועל'ן א גוט געבענטשט יאר. דער רבי האט געזאגט אז ווער ס'וועט קומען צו זיין קבר, אפילו אינמיטן יאר, און וועט געבן א פרוטה פאר צדקה לזכותו און זאגן דארט די צען קאפיטלעך תהלים פונעם "תיקון הכללי", וועט אים דער רבי פאררעכטן אפילו אויב ער האט שוין געטון די ערגסטע עבירות; ער וועט אים ארויסשלעפן ביי די פיאות אפילו פון שאול תחתית. דעסטוועגן האט דער רבי געזאגט, אז אפילו די וואס ער קען נישט פאררעכטן א גאנץ יאר, קען ער יא פאררעכטן ווען מ'קומט צו אים אויף ראש השנה.
 
דאס איז טאקע די סיבה פארוואס יעדעס יאר קומען אזויפיל צענדליגער טויזנטער אידן קיין אומאן אויף ראש השנה, און פועל'ן דארט אויס ישועות און רפואות פארן גאנצן יאר.
 
אין די לעצטע יארן האבן אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש, זיך איינקווארטירט אינעם גרויסן בנין אויף די בילעצערקאווסקע גאס, וואו מ'האט די געלעגנהייט אפצורעכטן א שיינעם ראש השנה אויף א ריינעם אופן, אן די גאנצע הו-הא און דעם געפילדער פון די גאסן ארום דעם ציון הקדוש. דאס איז א פלאץ וואו די קינדער זענען אונטער די אויפזיכט פון די עלטערן און די מלמדים, מ'הערט דארט שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה, און מ'עסט די סעודות אינאיינעם – זאכן וואס מ'נעמט מיט אלס צידה לדרך אויף א גאנץ יאר.
 
אבער יעצט, מיט די הילף פונעם אויבערשטן, האט מען בשעה טובה ומצלחת אנגעהויבן בויען א פרישן בנין פאר אנשי שלומינו אין אומאן. עס לאזט זיך ממש נישט גלייבן אז דעם יעצטיגן בנין האט מען אנגעהויבן בויען מיט ווייניגער ווי ניין יאר צוריק; דעמאלטס איז דער גאנצער פלאן געווען צו בויען בלויז צוויי שטאקן מיט שלאף-צימערן, וואס האט אפילו יעמאלט אויסגעזען איבערגעטריבן גרויס.
 
ברוך השם מען האלט שוין היינט דא, אז כאטש אז אינעם יעצטיגן בנין זענען פארהאן זעקס הונדערט בעטן צום שלאפן, פרעגן שוין עטליכע יאר - סיי פרישע מקורבים און סיי אנשי שלומינו ביי וועמען די משפחה איז ב"ה צוגעוואקסן און ברענגען שוין מיט די קינדער, - די שאלה "למה נגרע?" – פארוואס קענען מיר נישט קומען זיין אינאיינעם מיט אלע אנשי שלומינו אין אומאן?
 
די הנהלה איז געזעסן לאנגע שעות במשך די ווינטער חדשים אויסצופלאנירן דעם נייעם בנין אויף די בעסטע וועג: ווי גרויס עס זאל זיין, וויפיל צימערן און שטאקן, און וואס אלץ דער בנין זאל אנטהאלטן. ב"ה אז אין די יעצטיגע טעג האלט מען שוין ביי די פאקטישע ארבעט; מען האט שוין אויסגעגראבן דעם גרוב און געגאסן דעם ערשטן שיכט צעמענט פארן פונדאמענט, מיט וואס עס הויבט זיך אן דאס בויען מיט א שנעלן טעמפא. אין בלויז עטליכע חדשים האפט מען שוין צו קענען זען דעם נייעם בנין הארט נעבן דעם ביז-יעצטיגן עקזיסטירנדן בנין, ווען די הויכשטאקיגע סטרוקטור וועט שוין שטיין במלוא הדרו.
 
מען בעט פון אלע אנשי שלומינו מען זאל איינרייסן מיט תפילות אז דער אויבערשטער זאל העלפן אז די ארבעט זאל טאקע קענען פאראויסגיין גענוג שנעל, כדי מען זאל שוין מער נישט דארפן אפזאגן די הונדערטער אידן וואס בעטן כסדר אז זיי ווילן דארט איינשטיין. און אז אויף ראש השנה תשפ"ח – אנדערהאלבן יאר פון יעצט – זאל מען מען צו קענען באנייען דעם פרישן בנין צום צופרידנהייט פון אלע אנשי שלומינו.
 
אויפן ראט פון ראש ישיבה שליט"א, וועט דער יעצטיגער בנין געבויט ווערן עטוואס מער באקוועם, כדי צו פארגרינגערן פאר די אנשי שלומינו וואס דארפן עס האבן. עס מוז אבער באטאנט ווערן אז מען קען נישט מאכן אומאן אינגאנצן באקוועם; דער ס"מ לאזט עס נישט צו, און עס וועלן שטענדיג זיין מניעות און שווערקייטן, זה בכה וזה בכה, אבער מען פרובירט עס צו מאכן אביסל גרינגער.
 
קיינער טאר נישט פעלן!