פון: גרשון קרעמער
 
היינט זונטאג פרשת חיי שרה, זענען א גרויסע צאל גאסן פארשלאסן איבער ניו יארק סיטי. וואס איז געשען? גארנישט ספעציעל. צענדליגער טויזנטער מענטשן פון איבער דער גאנצער וועלט קומען קיין ניו יארק פשוט צו "לויפן". וואו לויפט מען, וועט איר פרעגן? אין ערגעץ נישט. מען לויפט פשוט סתם אזוי. יעדעס יאר האט מען אזא משוגעת אז מען מאכט א "מאראטאן", וואו מען לויפט איבער זעקס-און-צוואנציג מייל און מען גייט דורך אלע פינף באראס. דער געלויף ענדיגט זיך אין סענטראל פארק, דער גרויסער פארק אין צענטער פון מאנהעטן.
 
אויב וועט איר פרעגן די לויפער, וועלן זיי אייך זאגן מיט גרויס התרגשות אז דאס יאר איז דאס נישט סתם נאך א יאר, נאר מען פייערט דאס מאל פופציג יאר פונעם מאראטאן. נישט אז מען איז נישט געלאפן מיט איין-און-פופציג יאר צוריק, נאר ביז דאן איז דער מאראטאן פארגעקומען בלויז אינעם פארק זעלבסט (אינעם ערשטן יאר, 1970, האבן זיך איינגעשריבן אינגאנצן 127 מענטשן און עס האט געקאסט איין דאלער), אבער זינט דעם יאר 1976 למספרם לויפט מען איבער די גאסן. מען האט זיכער געמאכט צו געבן דעם כבוד פאר אלע פינף באראס, זיי זאלן זיך חלילה נישט שפירן אויסגעשפילט כאילו קיינער איז נישט אינטערעסירט צו לויפן ביי זיי... היינט קאסט עס עטליכע הונדערט דאלער פארן פריווילעגיע צו לויפן אין ערגעץ נישט, און פאריגן יאר האבן קרוב צו זעכציג טויזנט מענטשן אנטייל גענומען און אנגעקומען ביזן ענדע, וואס דאס מאכט עס פארן גרעסטן מאראטאן אין דער וועלט.
 
שטענדיג ערב חודש כסלו, ווען מיר גרייטן זיך אלע צו פראווען דעם הייליגן יום טוב חנוכה, איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די גאנצע לויפן-משוגעת שטאמט נאך פון די יוונים, וואס האבן פארגעטערט דעם גוף און אוועקגעגעבן דאס לעבן פאר שפילערייען. דער נאמען "מאראטאן" הייסט טאקע נאך א גריכיש שטעטל, וואו עס ווערט דערציילט א לעגענדע אז א שליח איז געלאפן ביזן לעצטן אטעם איבערצוגעבן עפעס א לעצטע נייעס; ווען ער איז אנגעקומען מיט די נשמה אין די הענט, האט ער אויסגעשריגן די נייעס און אויפן ארט געפאלן א טויטער. זינט דעמאלט לויפן זיי יעדעס יאר נאכאמאל...
 
דער משוגעת קומט נישט אן אן קיין פרייז; דאס היימישע וויליאמסבורג באקומט א היבש ביסל קאפ-וויי דערפון, ווען דער געגנט ווערט צוטיילט אויף א פאר שעה אין צוויי, ווייל בעדפארד עוועניו איז פארמאכט און מען קען נישט אריבערגיין פון איין זייט צו די אנדערע. אויב איינער דארף וויכטיג אריבערגיין צו די אנדערע זייט שטאט, מוז ער ווארטן מיט געדולד עטליכע שעה ביז די טויזנטער מענטשן ענדיגן דורכלויפן.
 
די גמרא זאגט אונז דאס שוין פון לאנג: "אנו רצים והם רצים, אנו רצים לחיי העולם הבא והם רצים לבאר שחת" (ברכות כ"ח ע"ב). יעדער אויף דער וועלט לויפט, אבער דער חילוק איז וואוהין מען לויפט. מיר לויפן אינדערפרי צום מקוה, דערנאך צו דאווענען שחרית מיט מנין, מיר לויפן צום שיעור אדער צו א מצוה - "הוי רץ למצוה קלה" (אבות ד', ב'), מען לויפט צו טון דעם רצון השם.
 
ווען רבי נחמן טולטשינער איז שוין געווען אויף דער עלטער, פלעגן חסידים אים בעטן ער זאל זיי דערציילן א מופת פון זיין רבי'ן, רבי נתן. פלעגט ער זיי ענטפערן: "איר ווילט א מופת? א מופת בין איך פון נחמן וואסער-טרעגער האט ער געמאכט נחמן טולטשינער!"
 
ר' נחמן איז געבליבן א יתום אן א טאטע און אן א מאמע, און איז אויפגעוואקסן ביי זיין פעטער אין טולטשין. דער פעטער האט נישט געהאט גענוג געלט אים אויסצוהאלטן, דעריבער האט ער געמוזט ארויסגיין ארבעטן און איז געווארן א וואסער-טרעגער. לערנען האט ער כמעט נישט געקענט, קוים די אלף-בית, אבער ער איז געווען א תמימות'דיגער בחור. ביי זיין פעטער אין שטוב פלעגן איינשטיין גרויסע רבי'ס און תלמידי חכמים, און ביים שבת טיש פלעגן זיי זאגן שיינע תורות און פלפולים; דער יונגער נחמן האט זיך צוגעהערט, אבער ער האט גארנישט פארשטאנען.
 
איין שבת איז רבי נתן געקומען קיין טולטשין און איז איינגעשטאנען ביי זיין פעטער אין שטוב. ער האט געזאגט שיינע דברי תורה, וואס דער יונגער נחמן האט ווייטער גארנישט פארשטאנען, אויסער איין אויסדרוק וואס איז אים אריין אין די ביינער: "די וועלט איז גארנישט און מען קען עס נישט דערגרייכן; יענע וועלט איז יא, און מען קען עס דערגרייכן."
 
די ווערטער פון רבי נתן האבן אים נישט געלאזט מנוחה. ער איז צוגעגאנגען צו רבי נתן און אים געזאגט אז ער וויל זיין אן ערליכער איד. רבי נתן האט אים גענומען אונטער זיינע פליגלען, ביז ער איז אויסגעוואקסן צו זיין דער גרויסער ברסלבער מנהיג נאך רבי נתן – דער הייליגער רבי נחמן טולטשינער זי"ע.
 
דער וואס זוכט צו באקומען די וועלט לויפט ווי אין א מאראטאן, אן קיין ציל און אן קיין תכלית. אבער יענע וועלט איז יא דא, און מען קען עס דערגרייכן. די מפיצים לויפן ארום און גייען אין די וועגן פון אברהם אבינו, "ואת הנפש אשר עשו בחרן", אויסצולערנען פאר יעדן און מבשר זיין די גוטע בשורה אז עס איז יא דא א וועג פאר דיר צו לערנען תורה; מען קען יא זוכה זיין צו זיין דבוק אינעם אויבערשטן, מען קען יא תשובה טון – און עס איז נישט שווער – און מען קען יא זיין א צדיק.
 
ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו, ער האט אונז געגעבן א מאראטאן וואס מען קען יא דערגרייכן דעם ציל!
 
אנו רצים לחיי העולם הבא!
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.