מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען יעצט אנגעהויבן דעם פרישן ווינטער זמן אין ישיבה, ווי די בחורים וועלן עס בעזרת השם אנצופילן מיט אסאך תורה ותפלה ומעשים טובים.
 
עס קוועלט דאס הארץ ווען מען זעט ווי די ישיבה גייט שוין אזוי אן, ווען מען טרעט יעצט אריין אין די פופצנטער יאר זינט די ישיבה האט זיך געעפנט, נאך אזויפיל שוועריקייטן און מניעות וואס מען איז דורך די גאנצע צייט, גייט די ישיבה אן מיטן גאנצן שטארקייט און עס קומען כסדר צו מער און מער בחורים וואס ווילן אויך שעפן פון דעם ריינעם קוואל, זיך לערנען א וועג אין לעבן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז.
 
פאר פופצן יאר צוריק, ערב יום כיפור תשס"ח, האט מוהרא"ש ז"ל געשריבן א בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז אזוי ווי מען האט אים ארויסגעווארפן פון די ישיבה וואו ער איז געווען דער מנהל, בלויז פארן חטא אז ער האט מעורר געווען בחורים צו לערנען אסאך משניות און גמרא, דעריבער זאל ער עפענען אן אייגענע ישיבה, און נאך מער מעורר זיין די בחורים אויף התמדה אין לימוד התורה הקדושה.
 
אינעם בריוו האט מוהרא"ש געשריבן אז די נייע ישיבה דארף נישט הייסן א ברסלב'ע ישיבה, כדי נישט צו מאכן קיין מחלוקת, דער עיקר איז נאר אריינצוברענגען אין די בחורים די אלע הייליגע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן. אזוי האט דער ראש ישיבה דאן געטון, ער האט געעפנט א נייע ישיבה מיט מסירת נפש, און אנגעהויבן מיט א פרישקייט אריינצולייגן אין די בחורים די ריינע אמונה, צו שפירן און וויסן אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אונז, און אז מען קען אייביג רעדן צו אים, און גלייכצייטיג אריינגעלייגט אין די בחורים א געוואלדיגע געשמאק צו זיצן און לערנען די הייליגע תורה מיט א געוואלדיגע התמדה.
 
אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר איינעם, זעט מען אביסל ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען די בראשית-יארן פון די ישיבה, פאלגנד איז אן אויסצוג פונעם בריוו: "מוהרא"ש ז"ל האט מיר געשריבן א בריוו איך זאל עפענען א ישיבה, מוהרא"ש ז"ל שרייבט אין די בריוו, עס דארף נישט זיין מיט'ן נאמען "ברסלב", ווייל דער רבי האט בפירוש געזאגט מען זאל רעדן דיבורי אמונה מיט מענטשן נישט אין זיין נאמען, "וואס גייט מיר אן א מענטש וועט בענטשן ברכת המזון בכוונה ווען ער וועט נישט וויסן אז דאס קומט פון מיר" -  האט דער רבי געזאגט. און אזוי האב איך געטון, איך האב געעפענט די ישיבה מיט'ן נאמען "תפארת צבי" אויפ'ן נאמען פונעם קרעטשניפער רבי'ן ז"ל, ווייל קיינער האט מיר נישט געוואלט פארדינגען א פלאץ וואו צו לערנען מיט די בחורים, איך האב נישט געהאט קיין ברירה, איך האב נישט געהאט וואו צו גיין, מיר זענען געגאנגען אין א זאל וואו מען מאכט שמחות, מיר האבן צעטיילט די זאל מיט מחיצות אויף כיתות און אזוי געלערנט. נאך א וואך האט איינער געזאגט ער איז מסכים אריין צו נעמען די ישיבה בתנאי זיך צו בויען א חסידות, איך האב געפרעגט מוהרא"ש ז"ל איבער דעם, "אוודאי" - האט מוהרא"ש געזאגט - "דער עיקר לייג אריין אין די בחורים לימוד משניות, די בחורים זאלן זאגן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין", דאס פלעג איך הערן טאג און נאכט פון מוהרא"ש ז"ל, "לייג אריין אין די בחורים לימוד משניות, די בחורים זאלן זאגן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין".
 
"נאך א פאר וואכן איז מען געקומען צו דעם רב און מען האט אים געסטראשעט אז מען גייט אים באשמוצן מיט כתבי פלסתר וכו', דער רב האט זיך דערשראקן און אונז ארויס געווארפן און אראפ גענומען דעם נאמען "תפארת צבי", האט מוהרא"ש מיר געזאגט צו געבן דעם נאמען "תפארת התורה", אבער עס האט נאך אלץ נישט געהייסן ברסלב, ביי די שיעורים וואס איך פלעג געבן אין ישיבה האב איך נישט גערעדט בשם דעם רבי'ן, נאר "עס שטייט אין די הייליגע ספרים... צדיקים האבן געזאגט... איך האב קיינמאל נישט נאכגעזאגט בשם דעם רבי'ן, די בחורים האבן ניטאמאל געוואוסט ווער מוהרא"ש איז, ווער רבי נתן איז וכו'.
 
"נאכדעם האבן זיי אנגעהויבן צו פארשפרייטן, מען האט מפרסם געווען אז איך בין ברסלב, און איך מאך מיינע תלמידים ברסלב, מען האט ארויס געגעבן ספרים און קונטרסים קעגן מיר אז איך בין פארכאפט אין ברסלב און איך בין זייער סכנה'דיג ווייל איך מאך די בחורים ברסלב, האב איך געטראכט צו מיר, אז עס איז יא אזוי אז מען שרייבט אויף מיר איך בין ברסלב, פארוואס זאל איך זיך פארשטעקן? בעסער געזאגט, פון וועמען זאל איך זיך פארשטעקן? האבן מיר געטוישט די נאמען פון די ישיבה צו "תפארת התורה היכל הקודש ברסלב".
 
"דאס אלעס שרייב איך דיר, דו זאלסט נישט אנקוקן מיט א זלזול א ברסלב'ער אינגערמאן וואס עס זעט אויס ווי ער זוכט ארויס צו שטארן, ווען אונטער דאס וואס ער שטארט ארויס ליגט אסאך פארגאסענע בלוט. וויפיל איך זאל דיר שרייבן וואס עס איז אריבער אויף מיר בזיונות, וועסטו קיינמאל נישט גלייבן וואס א ברסלב'ער איד גייט אריבער ווען ער קומט צום רבי'ן, ווי די גאנצע משפחה נעמט זיך אויף אים, מען הייבט אן רודפ'ן, מען הייבט אן טרינקן זיין בלוט שטילערהייט, בשעת ווען די אנדערע קינדער טון וואס זיי ווילן וכו'.
 
"מוהרא"ש ז"ל איז מקורב געווארן ביי די פופצן יאר צום הייליגן רבי'ן, ער האט געלעבט פאר זיך ער איז געווען דבוק צום אייבערשטן, נאך מוהרא"ש'ס חתונה איז געקומען א פעטער פון מוהרא"ש'ס ווייב, ער איז געוואויר געווארן אז מוהרא"ש לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, האט ער געשוואוירן אז ער גייט אים אוועק נעמען פון ברסלב, ער האט אנגעהויבן רודפ'ן מוהרא"ש, דער אייבערשטער זאל אפהיטן. ביז מוהרא"ש האט געזען אז עס רירט אן זיין שלום בית, האט מוהרא"ש געטון א זאך, און מוהרא"ש פלעגט זאגן אז עס איז געווען א ווילדע זאך, ער האט געדרוקט אלע ספרים פון רבי'ן, און אונטן וואו מען שרייבט נדפס על ידי... האט מוהרא"ש געשריבן "נדפס על ידי אליעזר שלמה ברסלבער ני"ו"... (מיר האבן דא אין ישיבה נאך פון די אלטע ספרים וואו מען קען דאס זען), מוהרא"ש האט אים געוואלט זאגן מיט דעם, אז מיר קענסטו נישט אוועק נעמען פון רבי'ן, דאס איז מיין לעבן דאס איז מיין נאמען, דעמאלט האט דער פעטער געזען אז עס איז נישט דא וואס צו טון. דאס אלעס שרייב איך דיר דו זאלסט וויסן אז נישט אלעס ווייסטו, ווען דו זעסט ווי א מענטש גייט און קומט און עס זעט אויס כאילו ער זוכט צו מאכן מחלוקות, אז אונטער די "ארויס שטארן", ווי דו רופסט דאס, ליגט אסאך רדיפות.
"דערפאר איז זיכער נישט כדאי צו מאכן מחלוקות ווען מען ווערט מקורב, אז מען קען עס אויס באהאלטן איז זיכער כדאי, אבער מען דארף געדענקען וואס דער רבי האט געזאגט אויף זיין חולק, ווען ער האט אנגעפאנגען קריגן אויף אים: "אויב וועט ער מיר לאזן א וועג פון דער זייט, וועל איך אים גארנישט טון; אבער אז ער וועט מיר אינגאנצן שטערן, וועל איך אים צושניידן אויף שטיקער". דאס גייט ארויף אויף יעדן מקורב, אויב קען מען לערנען דעם הייליגן רבי'נס ספרים בהצנע לכת, מען קען מקיים זיין אלעס וואס דער רבי זאגט אן קיין מחלוקות, מה טוב ומה נעים; אבער אז מען זעט אז מען גייט פארלירן דעם רבי'ן וכו', דעמאלט איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן עס איז א בחינה פון חייך קודמין".
 
ברוך ה', יעצט אז מען איז שוין אריינגעגאנגען אין די פופצנטער יאר פון די הייליגע ישיבה, זעט מען באשיינפערליך די סייעתא דשמיא וואס באגלייט די ישיבה אויף טריט און שריט, ווי שיין די ישיבה האט זיך צעוואקסן. און אויסער די בחורים וואס לערנען אין ישיבה, זענען דא נאך טויזנטער בחורים און אינגעלייט פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האלטן אויך מיט אלע דרשות פון ישיבה, און זיי פרובירן אויך זיך צו שטארקן מיט די הייליגע און געוואלדיגע עצות פון רבי'ן וואס דער ראש ישיבה געבט איבער אין זיינע טייערע שיעורים.
 
דער סדר היום אין ישיבה אויפן זמן החורף וועט זיין ווי פאלגענד, אכט אזייגער אינדערפרי הייבט זיך אן ישיבה, שחרית וועט זיין צען אייגער, דערנאך פרישטאג, אום 11:45 וועט הרה"ג ר' אלחנן רוטה שליט"א פארלערנען א שיעור אין גמרא מסכת סוכה, דערנאך וועט זיין צייט פאר יעדעם צו לערנען זיינע שיעורים אין חומש, משניות, גמרא, שו"ע און אין כל חלקי התורה יעדער איינער וואס אים ציעט, אום 1:30 וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארלערנען א שיעור אין גמרא, א בלאט א טאג, און אום 2:30 וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארלערנען א שיינע שיעור אין משניות, 4:15 וועט זיין א שיעור אין הלכה דורך הרה"ג ר' אלחנן רוטה שליט"א, און 5:00 וועט זיין דער בארימטער שיעור התחזקות, ווי אזוי זיך צו דערהאלטן אויף די וועלט מיט די לימודים פון רבי'ן.
 
די גרינד פרונציפן פון די הייליגער ישיבה בעיקר אויף די הויפט צוויי עצות פונעם רבי'ן, די ערשטע צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, ווען א איד ווייסט אז דער אייבערשטער איז איבעראל, וועט ער עפענען די מויל און אנהייבן רעדן צו אים, און אים דערציילן אלעס וואס עס ליגט אים אויפ'ן הארץ, און מען זעט טאקע בחוש אז די אלע וואס געוואוינען זיך איין צו רעדן צום אייבערשטן, האבן גאר אן אנדער סארט לעבן, מען איז רואיג און פרייליך, וויסנדיג אז דער אייבערשטער איז ביי מיין זייט און ער וועט מיר שטענדיג העלפן.
די צווייטע זאך איז דער "סדר דרך הלימוד" וואס דער רבי האט אונז געגעבן, וואס אויף דעם וועג קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען תורה, אז מען קען בלויז זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ווען מען פארשטייט נישט, און ווער עס וועט זאגן אסאך תורה וועט מיט די צייט זיין קאפ זיך עפענען און ער וועט אלעס פארשטיין. און דערפאר איז נישטא קיין תירוץ "איך פארשטיי נישט קיין לערנען", "איך האב נישט קיין געדולד צו לערנען", ווייל מיט דעם וועג קען יעדער לערנען די הייליגע תורה.
 
און מען זעט טאקע ווי די בחורים ניצן אויס די צייט, יעדער לערנט זיך זיינע אייגענע שיעורים אין די אייגענע צייטן, איינער אין משניות איינער אין גמרא, א.א.וו. יעדער לויט זיין דרגא, און במשך די יארן וואס די ישיבה שטייט האט מען געזען ווי די בחורים וואס האבן געפאלגט און געלערנט אויף דעם וועג, האבן גאר שטארק מצליח געווען, און זענען בקי אין אסאך חלקי התורה.
 
בחורים ענדיגן צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, בחורים ענדיגן ש"ס, בחורים לערנען אסאך אנדערע שיעורים יעדער אויף זיין שטייגער, טייל ענדיגן א מסכת הונדערט און איין מאל, און דאן נעמען זיי נאך א מסכת צו ענדיגן 101 מאל, און אזוי ווייטער.
 
עס דערפריידט דאס הארץ צו זעהן די שיינע פירות וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון ישיבה, די צענדליגע אינגעלייט יוצאי ישיבתינו וואס האבן זוכה געווען אויפצושטעלן בתים נאמנים לה' לשם ולתפארת, מיטנעמענדיג די אלע לימודים וואס זיי האבן געלערנט אין ישיבה אויך אויף נאך די חתונה.