פורים ביי אנשי שלומינו אין קרית יואל
יג אדר תשפ"ג 📝
פורים ביי אנשי שלומינו אין קרית יואל
אזוי ווי אין אלע שטעט וועלן אנשי שלומינו אין קרית יואל פראווען דעם הייליגן יום טוב מיט גרויס שמחה און געהויבענקייט.
אין קרית יואל גייט אן שוין א לאנגע תקופה דריי הערליכע בתי מדרשים פון היכל הקודש אין אלע עקן פון שטאט. דער ערשטער בית המדרש היכל הקודש געפונט זיך אין צענטער פון שטאט אויף 8 העיס קט. ממש נעבן דעם בנין פונעם מבצר הכוללים. דער בית המדרש ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א. דער צווייטער געפונט זיך אויף א סטראטעגיש ווינקל אינעם בליענדן עצי תמרים קווארטל אויף 8 פרעמישלאן וועי זייער נאנט צום נייעם קארלסבורג גאס. וואס ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א. דער דריטער געפינט זיך אינעם פריש אויפקומענדן נייעם ריזיגן ווילידזש אויף סאוט בלומינג גראוו, אוויף 24 מעריוואלד לעין סאוט, וואס ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר בערל לעווי שליט"א.
די גבאים פון די שולן האבן ארויסגעלייגט די זמנים פאר די שולן ווי פאלגענד:
היינט תענית אסתר וועט מען דאווענען מנחה אום 6:15, און דערנאך וועט זיין צוגעשטעלט מחצית השקל, און אום 7:00 וועט מען ליינען די מגילה.
מארגן פורים וועט מען דאווענען שחרית אום 9:00 און אום 10:00 וועט מען ליינען די מגילה.
אנשי שלומינו אין קרית יואל וועלן זיך צוזאם קומען צו א סעודת משתה היין אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א אויף 17 חברון רד. #101 צו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים פורים נאכמיטאג אום 5:00. און אום 9:00 וועט מען דאווענען מעריב אינאיינעם בציבור.
אלע דריי שולן וועלן האבן די זעלבע זמנים, אזוי אויך וועלן די ווייבער שולן זיין אפן פאר די פרויען.
קימו וקבלו עליהם ועל זרעם להיות עושים את ימי הפורים האלה בזמניה"ם