די "משמחים" הפצה גרופע דערפרייען אידישע שטובער אום פורים
א הפצה ווען איז ארום געפארן אין גאסן פון הייליגן שטאט ירושלים, און האט מפיץ געווען די אור פונעם הייליגן רבין און האט דערפרייט אידישע קינדער אינעם הייליגן יום טוב פורים.
תיכף נאך תפלת שחרית אינדערפרי, האבן זיך די בחורים געזעצט לערנען יעדער זייערע שיעורים כסדרן. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג, ווען אויפן וועג נוצט מען אויס די צייט מיטן לערנען און מפיץ זיין.
די גרופע "משמחים" האבן אנגעהויבן מיטן סעודת פורים ביי הרה"ח ר' בעריש קרויס הי"ו, וואס געבט זיך אינגאנצן אוועק א גאנץ יאר פאר הפצה, און יעצט ביים סעודה האט ער מנדב געווען א שיינע סכום פארן מרכז הפצה, דאס איז אויסער וואס ער האט אוועקגעבארגט זיין אייגענע ווען פאר די "משמחים" גרופע צו קענען מפיץ זיין אום פורים.
דערנאך האט די גרופע זיך ארויסגעלאזט באזוכן ביי פילע אידישע שטובער, זינגענדיג די ניגונים פון ישיבה וואס מאכט דאס הארץ בענקען צום אייבערשטן, מען האט זיי זייער ווארים אויפגענומען, און געגעבן שיינע סכומים. "וּבְכָל מְקוֹם אֲשֶׁר דְּבַר הָרֹאש יְשִיבָה מַגִּיעַ שִׂמְחָה וְשָׂשׂוֹן לַיְּהוּדִים ..."
אין די גאסן פון ירושלים האט מען געזען אסאך פרייליכע פנימער פון אלע זייטן ווען זיי האבן געהערט די ווען מיט די הויכהילכער פון זאך זינגען די הייליגע ניגונים פון ישיבה, פילע זעענדיג די בילדער און די חיזוק ווערטער אויפן ווען זייענדיג בגילופין, זענען צוגעלאפן "קושן" די בילדער מיט א געוואלידיגע ליבשאפט שרייענדיג "דאס איז מיין לעבן" א.א.וו. און האבן באווארפן די מפיצים מיט צדקה, און גענומען די הייליגע ספרים.
מען האט ברוך השם שיין מצליח געווען און אנגעקומען צו אסאך הייזער, אבער די משמחים האבן אויסגעדוקט זייער אנטשוליגונג אז זיי נישט אנצוקומען איבעראל, צוליב די פילע רופער וואס איז געווען מער פון זייער יכולת. מען קען נאך געבן צדקה פאר די מרכז הפצה אין ירושלים ביי "נדרים פלאס" אויף דעם לינק.
סעודת משתה היין
אנשי שלומינו תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א זענען זיך צוזאם געקומען זיך צו פרייען אינאיינעם אין בית המדרש היכל הקודש, אויף רחוב רביה"ק רבי נחמן מבסלב זי"ע אין ירושלים עיה"ק, מען האט זיך געפריידט און געטאנצן לכבוד פורים, עס איז געווען זייער פרייליך, מען האט אזוי זיך געפרייט ביז אין די שפעטע פארטאגס שעה'ן.
📸 בילדער פון די משמחים
📸 סעודת משתה היין אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים
 
וִימֵי הַפּוּרִים הָאֵלֶּה לֹא יַעַבְרוּ מִתּוֹךְ הַיְּהוּדִים וְזִכְרָם לֹא יָסוּף מִזַּרְעָם