נאך א יאר איז אריבער וואס די מפיצים האבן ווייטער פארשפרייט און מפרסם געווען די עצות און שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און די הייליגע דיבורים איז שוין היינט בכלל נישט קיין סוד, צענדליגע טויזנטער אידן שעפן זייער חיות און לופט צום אטעמען פון די שיעורים פון ראש ישיבה, מען לערנט דורך פון דעקל צו דעקל יעדע גליון, יעדע קונטרס, יעדע סידי, און מען שלינגט מיט דורשט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א. אידן שפירן אז די דיבורים פון הייליגן רבי'ן רעדן צו זייער נשמה און שפירן אז עס איז דא ארבי וואס פארשטייט וואס עס גייט דורך אויף אונזער דור, און געבט אונז די וועג צו האבן א זיסע וועג צום לעבן, און מען הייבט אן לעבן א נייע לעבן, א לעבן מיטן אייבערשטן.
 
אויב קוקט מען זיך אום איז זייער מערקווירדיג דעם גרויסן חילוק ווי עס האט אויסגעזען 15 יאר צוריק ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט. אנהויב האבן מענשטן בכלל נישט באגריפן וואס די הייליגע ישיבה איז, און וואס פארא לעכטיגקייט דאס ברענגט פאר אידישע קינדער. אצינד האט זיך דאס אלעס ב"ה אינגאנצן געענדערט, א דאנק די הייליגע מפיצים וואס פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער אויף אלע מיני וועגן, און עס הערשט היינט צו טאגס א געוואלדיגע צמאון און דורש צו הערן און מיטהאלטן וואס טוט זיך אין ישיבה. אידישע קינדער זענען "לא צמא ללחם ולא צמא למים", מען שפירט פאר די גרעסטע זכי' צו קענען האבן א חלק און שטיצן די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה, מען זוכט נאר "לשמוע את דבר ה'".
 
די פארלאנג ווערט וואס א יאר עס גייט אריבער שטערקער און שטערקער. און אין די פארגאנגענע עטליכע יאר איז שוין געווארן אוממעגליך נאכקומען דער גרויסער פארלאנג פון משפחות וואס בעטן אז די בחורים זאלן ארויפקומען צו זיי אום פורים, און דאס איז ב"ה געווען גאר שיינע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה.
 
מען פרובירט דאס בעסטע נאכקומען די גרויסע פארלאנג און יעדעם קענען צופרידן שטעלן, דערפאר האט מען איינגעשטעלט אז מען גייט נישט ארויף צו קיינעם נאר מיט א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט. איר קענט נאך באשטעלן די בחורים צו קומען משמח זיין ביי אייך אום פורים דורכן רופן 917-232-9070.
 
עקסטער גרייטן די בחורים און אינגעלייט מיט א שיינע פראגראם פאר מוצש"ק צו ווי מען מען וועט זיך בעז"ה צוזאם קומען און זיך משמח זיין אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג, מען וועט זיך וואשן צו מלוה מלכה און סעודת שושן פורים, דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן, און א הערליכע פלעי וועט בעז"ה געשפילט ווערן דורך די אינגעלייט און בחורים.
 

והעיר שושן צהלה ושמחה
 
📰 אומבאשרייבליכע שבת און סיום סדר מועד על סדר הש"ס
💿 נייע הערליכע סידי "איך דארף נישט קיינעם" פאר בלויז $2.99
🛒 קרן הדפסה איז גרייט אויף פורים

📖 ספרים אויף פסח