פורים תשפ"ו אין היכל הקודש
ז אדר תשפ"ו 📝
אנשי שלומינו גרייטן זיך צום פרייליכן יום טוב פורים, ווי מען וועט אויסנוצן די צייט מיט די מצוות היום, מקרא מגילה, משלוח מנות, מתנות לאביונים און סעודת פורים – און בעיקר מיט אמת'ע שמחה, אפילו ווען זאכן גייען נישט פונקט ווי מען האט זיך געגרייט.
דער יום טוב פורים איז גאר ספעציעל אין די גאנצע וועלט, אבער ביי חסידי ברסלב איז עס גאר עפעס אנדערש. פורים קען מען מיט יעדן רעדן אפן פונעם אויבערשטן, מען נעמט אראפ אלע פארשטעלאכטס און מען קען שרייען הויך און קלאר אין אלע גאסן "עס איז דאך אלץ הבל הבלים אין עוד מלבדו", און יעדער אנערקענט אז די גאנצע בריאה איז בלויז א לבוש פאר'ן באשעפער, און אז דער אויבערשטער באהאלט זיך אין יעדע זאך, און מ'דארף אים בלויז אויפזוכן.
אזוי אויך גרייט מען זיך צו מיט'ן בעטן דעם אויבערשטן אז טראץ דעם וואס דער סמ"ך מ"ם זוכט איבערצודרייען דעם יום טוב אויף סטרעס, נערוון און כעס; זאל דער אויבערשטער אונז געבן די כוחות צו בלייבן פרייליך און גלייבן אז פונקט אזוי ווי עס איז, ממש אזוי דארף עס צו זיין.
אין אלע קהילות היכל הקודש - אריינגערעכנט וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, און דער שטעטל, לאנדאן, ירושלים, בית שמש, בני ברק, טברי' - גרייט מען זיך אפצורעכטן דעם שיינעם יום טוב, ווי מען וועט זיך צוזאמקומען צו די תפלות, מגילה ליינען, און אין טייל שולן וועט מען זיך אויך צוזאמקומען צו א סעודת משתה היין ווי מען וועט זינגען און לויבן דעם אויבערשטן אשר בנחל שם גורלינו. פאר די פרטים זאל מען נאכפאלגן די מודעות אין די לאקאלע שולן אדער זיך ווענדן צו די גבאים.
אין וויליאמסבורג גרייט מען זיך אבער ספעציעל צו, וויבאלד דער ראש ישיבה שליט"א וועט דארט פראווען דעם יום טוב, און עס ווערט ערווארטעט אסאך געסט וואס וועלן מיטהאלטן דעם יום טוב, אפרעכטן די תפלות, הערן מגילה ליינען, און זינגען שירות ותשבחות אינאיינעם. בפרט אויף שושן פורים ווערט אפגעראכטן א שיינע גרויסע סעודה, ווי דער ראש ישיבה שליט"א וועט געבן א שיינעם שיעור, און טאלאנטפולע אינגעלייט וועלן פארשטעלן א שיינע שפיל, פון וואס אלע וועלן זיכער הנאה האבן.
סדר היום – פורים אין היכל הקודש וויליאמסבורג
מאנטאג נאכט – תענית אסתר
מנחה מיט מחצית השקל: 6:00
קריאת המגילה: 7:00
דינסטאג – פורים אינדערפרי
שחרית: 9:00
קריאת המגילה: 10:00
סעודת משתה היין: 6:00
מיטוואך - שושן פורים
מנחה: 5:00
דערנאך וועט מען זיך וואשן צו א סעודה, וואו אינגעלייט און בחורים וועלן פארשטעלן א שיינע שפיל.
די ווייבער שול וועט זיין אפן אין אלע זמנים, כדי די נשים צדקניות זאלן אויך קענען מיטהאלטן דעם שיינעם יום טוב.
ווער עס וויל זוכה זיין צו העלפן מיט די הוצאות און זיין א שותף לדבר מצוה, קען זיך ווענדן צום גבאי מו"ה שבתי מארקוס הי"ו אויף 347-666-2803.
וימי הפורים האלה נזכרים ונעשים בכל דור ודור