תלמידי היכל הקודש איבער די וועלט באוויינען די פטירה פון כ"ק הגה"צ רבי יחזקאל ראטה זצוק"ל, גאב"ד קארלסבורג, דער גרויסער זיידע פון יבדלט"א דער ראש ישיבה שליט"א, וואס איז נסתלק געווארן היינט אינדערפרי אין די עלטער פון זעקס און אכציג יאר.
דער גרויסער נפטר האט זוכה געווען אויסצונוצן זיינע יארן צום גוטן און האט זוכה געווען אויסצואוואקסן פון די גרעסטע פוסקים אין דור נאר דורך זיין געוואלדיגע התמדת התורה, ווען ער האט אלץ געלערענט און געזאגט די ווערטער פון די הייליגע תורה, נישט קיין חילוק צי ער האט יא אדער נישט פארשטאנען.
אזוי האט זיך אים צוביסלעך געעפענט דעם קאפ ביז די גאנצע תורה איז געווען אפן פאר אים, און איז אויסגעשטיגן פון די גרעסטע פוסקים פון דור, וואס די שווערסטע שאלות פלעגן אנקומען צו זיין טיש, אזוי אויך האט ער זוכה געווען אויפצושטעלן הונדערטער מורה הוראה בישראל, און איבערגעלאזט שיינע הערליכע אידישע דורות.
דער ראש ישיבה האט אסאך מאל זיך אויסגעדרוקט זייער שטארק אויף זיין גרויסן זיידן, און אויף די גרויסע זכיה וואס ער האט געהאט אים צו באדינען פאר א לאנגע צייט. אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט ביי א געלעגענהייט אז א דאנק זיין גרויסע זיידע האט ער זוכה געווען צו וויסן די חשיבות פון ברסלב'ע חסידים, ווען זיין זיידע פלעגט אים אלץ ווייזן אויף די געהויבענע ברסלב'ע חסידים אין מירון מיט גרויס שעצונג "קוק דיך גוט אים דא, וועסטו זען וואס מיינט אן אמת'ע ברסלב'ע חסיד".
די לויה וועט ארויסגיין היינט זונטאג אום 2:00 פון זיין ביהמ"ד אין בארא פארק אויף 1556 53סטע גאס, און מארגן מאנטאג וועט דער מיטה אנקומען בעז"ה קיין ארץ ישראל מיט א פריוואטע פליגער צוליב וואס די לופטפעלד אין ארץ ישראל איז פארמאכט אין די יעצטיגע טעג, ווי ער וועט קומען לקבורה אין עיה"ק מירון סמוך ונראה צום ציון פון התנא אלוקי רשב"י אין וועם ער איז געווען שטארק דבוק.
ווי עס זעט אויס וועט דער ראש ישיבה דערפאר נישט קענען אנקומען צו די לויה אין ארץ ישראל, דאס איז אויסער וואס דער ראש ישיבה וועט בעז"ה פראווען דעם דינסטאג א ברית פאר זיין זון וואס איז אים געבוירן למז"ט.
פאר אונז איז נאר געבליבן זיך אפצולערנען פון די גרויסן גאון וצדיק, און אויסנוצן אונזערע טעג אויף דער וועלט, און זיך צוקלעבן צו די הייליגע תורה, און זיין דבוק צו צדיקים, און גיין אין זייערע וועגן, וואס נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענער וועלט.
גְּדוֹלָה מִיתַת צַדִּיקִים יוֹתֵר מִשְּׂרֵפַת בֵּית אֱלֹקֵינוּ
🎞️ נייע קליפ פון בר מצוה פון זון פון ראש ישיבה 2 חדשים צוריק, ווי מען זען דעם גרויסן גאון זצ"ל בענטשן אין א סידור מלה במלה
📅 דער ראש ישיבה שרייבט איבער די פטירה פון גרויסן זיידן זצוק"ל
🎞️ דער ראש ישיבה איז מספיד זיין באבע הרבנית מקארסלבורג ע"ה אין מירון
📰 דער ראש ישיבה פארט צום הקמת המצבה פון זיין באבע הרבנית ע"ה
📸 דער גרויסער זיידע באטייליגט זיך ביים חתונה פון זיין אייניקל דער זון פון ראש ישיבה מיט 3 וואכן צוריק
📸 דער ראש ישיבה לייגט תפילין פאר זיין זון ביים גרויסן זיידן פאר 2 חדשים צוריק
🎞️ דער ראש ישיבה זינגט הנורת ביים גרויסן זיידן חנוכה תשפ"א
📜 א בריוו פון ראש ישיבה איבער משמש זיין דעם גרויסן זיידן
📜 א בריוו פון ראש ישיבה איבער די באזוך פונעם גרויסן גאון אין יבנאל